כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צו די חגיגת הבר מצוה בחצרות קדשינו אין ביהמ''ד הגדול בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וועט יעצט אריינקומען צו תפילת מעריב אין היכל התורה בבית מדרשינו הגדול קומת מאיר זעליג אויף 13 הופער, און נאך ספירה ציילן וועט דער רבי אריינקומען צום חגיגת הבר מצוה בביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וועט אריינקומען צו די שמחת הבר מצוה בחצרות קדשינו אין ביהמ''ד הגדול בוומסב''ג, תיכף נאך תפילת מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת אמור שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא מעניני דיומא: מנהגי פסח שני- זמנו, טעמו ונימוקו ומאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: מצות נגע צרעת, טומאתה וטהרתה בזמן הזה (ג). מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
נייע בית הוראה פאר די מורי צדק דקהלתינו שליט"א אין מאנטשעסטער יצ"ו, ווערט געעפענט בבנין בית מדרשינו, ע"פ הוראת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א. וועט שטיין אינטער די פערזענדליכע אויפזוכט פון הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה בער ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' מאיר לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן המנהל הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. ב"ר זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דברות קודש.
נאכן דאווענען איז דער רבי אראפ אויף א באזוך אינעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין ווי עס געפינט זיך א סניף פון הייליגן מוסד הק' שערי חמלה.
דערנאך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת אינדיג, הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א, ואחיו הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, ע"פ אמם ע"ה.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו"פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער די הילולא קדישא פונעם תנא אלוקי רשב"י אין מירון בפרט, און איבער די גאנצע וועלט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברגשי גילה וחדוה גרייטן זיך אנ''ש צו די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטער דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, וואס וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.
מארגן פרייטאג וועט פארקומען דער מעמד הנחת תפילין אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג, רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, פארן דאווענען וועט דער רבי לייגן תפילין פאר נכדו היקר ני''ו, און נאכן דאווענען וועט אי"ה געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"ב אייר תשפ"ג5/3/2023
בילדבילדער · 4
חברי הנהלת כולל שומרי החומות בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, לקראת זייער דינער השנתי אין וומסב''ג קומענדיגן דאנערשטאג הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' משה יודא פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל שניטצער הי"ו. רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא דער תפקיד פון א איד בעוה"ז, און די התחייבות פון זיך נישט נאכצוגעבן די תאוות און מסיים געווען בברכות קדשו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל, בעה''ב פונעם בארימטער אגרי סטאר בית השחיטה אין פאסטוויל אייאווע, ווי ס'קומט פאר די מערכת השחיטה המהודרת לגסות שע"י קהילתינו הק'. דער רבי איז ארום געגאנגן א לענגערע צייט איבער'ן גאנצן פלענט און האט צוגעוויזן די פילצאליגע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש, און נאך א פריוואטע אוידענץ מיט'ן רבין איז פארגעקומען דער היסטארישער מסיבת לחיים לכבודו פונעם נדיב הנכבד הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו וואס האט מנדב געווען דעם אסטראנאמישן סכום פון צעהן מיליאן דאללאר לטהרתן של ישראל, פאר'ן נייעם בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.
ביים לחיים האבן זיך אויך משתתף געווען ראשי והנהלת הקהילה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט דער יחוס פונעם חשובן נדבן, זייענדיג א סיגוטער אפשטאמיגער מבית אבותיו, און טראגט דעם הייליגן נאמען פון מרן העצי חיים זצוק"ל, און האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם נדבן החשוב צו מרבה זיין טהרה בישראל, און די חשיבות פון בויען א מקוה לטהרתן של ישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און גאר ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן שיחי' און זיין גאנצע משפחה בברכות לרוב, און דערנאך אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן. דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די נייע גאס, ווי די פארגרעסטע חלק פונעם בנין המקוה ווערט געבויעט על שם הנדבן 'הערשי פריעדמאן דרייוו' לכבודו ולזכותו.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת כולל שומרי החומות מקבל זיין ברכת הקודש לקראת זייער דינער השנתי אין וומסב''ג קומענדיגן דאנערשטאג. הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו ברך משה ד'קהלתינו ומגבאי הכולל האט איבערגעגעבן א רעפארט פאר רבינו שליט"א איבער די לעצטיגע פעולות הכולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.