דינסטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור, דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א, פאר הודו האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א, בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בדמעות שליש א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא און די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף יעדע איד עד סוף כל הדורות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע''י ביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה מאנסי סניף קנין תורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' נפתלי צבי סופר שליט"א ר''מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא, און געטיישטש אז ויקהל איז בגמטריא 'מקוה', ווען מען גייט אין מקוה דארף מען צומאכן דאס מויל און די אויגן און מ'דארף זיך אראפבייגן, דאס קומט זאגן אז מ'דארף האבן שמירת עינים און אכטונג געבן וואס מרעדט און מדארף האבן הכנעה, מען טאר נישט האבן קיין חציצה אויפן גוף, די זעלבע טאר מען נישט האבן קיין חציצה אויף די נשמה, און נאכגעזאגט פונעם מאור ושמש זיע"א אז דער רבי ר' אלימלך זיע"א האט איינגעפירט צו גיין אין מקוה, בזכות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א קען מען אראפקראצן די חציצה פון די נשמה און אפילו נאר דערמאנען די נאמען ווערט מען שוין הייליג, דאס וואס מען קען זיך נאך האלטן אין דעם ביטערן גלות איז נאר אדאנק זיין קדושה, און מסיים מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים מיט די נעמען פון די בחורים וואס האבן געלערנט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, און געבעטן אז דער רבי זאל זיי אינזין האבן, דער רבי האט געליינט די קוויטל און ווארעם אנגעוואונטשן. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:00, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. דער רבי איז בעפאר אריינגעפארן קיין ב''פ און מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו ע"פ אביו הישיש ע"ה, און דערנאך געפארן קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער צו די לע-שאטאו זאל ווי עס איז פארגעקומען א כינוס התחזקות פאר חברי כולל בוקר בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן דער רב הביהמ"ד הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און בפרט פארן נדבן ופטרון הכולל הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פונעם ביהמ"ד ווי מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערנט, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 1:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א צו לאדענען רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו וואס קומט פאר מארגן אויפדערנאכט אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Tuesday21 Adar 57833/14/2023
Report
מאנטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד. ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.
ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו. ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו. ב"ר יואל שעהר הי"ו. ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות און די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט''א - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תשא שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים. החתן יוסף לייב ב''ר שלמה אלי' ווייס הי''ו. החתן שאול ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 8:10, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש:
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' שלום שטערן הי''ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יוסף צבי קריסלער הי''ו (ירושלים).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תשא את ראש בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה''ח ר' מאיר סימאן הי''ו, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''א אדר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מיכל גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג), צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, מ'האט געזונגען מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי''ו (אויסטראליע) און הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יעקב פסח האפפער הי''ו (ב''פ). לוי: החתן ב''ר שלמה אלי' ווייס הי"ו - באווארפן. שלישי: החתן ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו- באווארפן. רביעי: החתן בן הר''ר אביגדור הערשקאוויטש שליט''א - באווארפן. חמישי: החתן ב''ר ליפא שטיינבערג הי''ו - באווארפן, שישי: החתן ב"ר משה אברהם שמעי' שאלאמאן הי"ו. שביעי: החתן ב"ר יואל שטיין הי"ו. הוספות: החתן ב"ר זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו. הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. אחרון: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו (ב"פ). הגבה דעם ערשטן ספר: הר''ר שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו.
מפטיר - קריאת פרה: רבינו שליט''א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' בנימין משה כהן הי"ו. ר' יחזקאל ברב"א ווערצבערגער הי"ו. ר' הערשל ברא"ש סאנדל הי"ו.
הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו. גלילה: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין שליט''א.
מוסף: הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם פרייזלער הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 12:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 6:35. מנחה: הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' שלום שטערן הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זאת חקת התורה, ויקחו אליך פרה אדומה', און געטיישטש אז די פרה אדומה קומט מעורר זיין אידישע קינדער צו תשובה, הבא ליטהר מסייעין אותו אבער צום ערשט דארף זיין א אתערותא דלתתא, אבער ווי אזוי קומט מען צו עפענען כאטש א פתח כחודו של מחט, נאר מיט די כח פון צדיקים, ווען מען ליינט די פרשה פון פרה ליגט נאך די כח פון משה רבינו און פון די צדיקים פון אלע דורות און זיי העלפן צו זיך מטהר זיין פארן הייליגן באשעפער.
ידיד נפש: הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש. קל מסתתר: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו (אוסטראליע). שושנת יעקב הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה גדולה בבארא פארק וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday19 Adar 57833/12/2023
Report
פרייטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה שמואל סאמעט הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישכר דוב שמידמאן הי"ו (ב"ב). ב"ר אברהם שמואל פארקאש הי"ו. ב"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו. ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו (וומב"ג). ב"ר אלכסנדר משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו, באולם כינור דוד. הר''ר יואל ברי"א שטיין שליט''א - ר' דוד אונגאר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו - ר' יעקב פעלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך כי תשא - שושן פורים
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר ליפא סאמעט שליט"א. ב"ר משה פרנס הי"ו (ב''פ). בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בבית הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און הרה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ראה"ק סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד היום, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ, זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען מרבה געווען בנגוני שמחה.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ, שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דברות קודש. די ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מ'גייט בתר כמות און עשה דוחה לא תעשה העלפט תשובה. די צווייטע תורה איז געווען אז וויבאלד קהל גרים איקרא קהל און מען איז מקבל גרים ווייל מינן הוו ואידחו זעהט מען נראה ונדחה חוזר ונראה און עס נוצט תשובה.
דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי און פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון ישיבותינו הק' פון וומסב''ג און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים פון די חבורה.
ארום 10:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה. דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ליל פורים
מאנטאג תענית אסתר נאכמיטאג ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, גלילה הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
ארום 6:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב ארום 7:10 איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, מען האט געענדיגט אום 8:15, מען האט געזאגט די ברכת הרב את ריבנו, אשר הניא, שושנת יעקב, ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני שמחה און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס', און געטייטשט בדרך דרוש בעניני פורים, אז דורכ'ן טוהן א מצוה בציבור באקומט מען יא שכר אויף די וועלט במילא איז אונסי וזוזי גמר ומקני און עס איז נישט דא קיין מודעה.
מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט ברגש קודש אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער אויף די חסדים וואס השי"ת האט געטון, נעכטן איז מען אומגעפאלן און בחסדי ה' איז מען אפגעקומען מיט א בלויזע קריץ, מען דארף דאנקן און לויבן אז עס האט זיך נישט געענדיגט ערגער, און דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הודאה.
דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, און צום סוף געזאגט חרוזים בענין שמירת עינים לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי העכער צוויי א האלב טויזענט תלמידי ישיבתינו הקדושות האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים אלס משלוח מנות פאר רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די גבאים אויסצוטיילן פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:10. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).
נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און דערנאך ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 11:10 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ''ד נאכ'ן דאווענען ארום 12:30, האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת. בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.
נאכמיטאג פון 3:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים.
ארום 3:15 איז פארגעקומען א ברית בביתו נאוה קודש לבן הנולד אצל ר' יואל נתן מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש. צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ די דיינים פון קהילת בעלזא פון ניו יארק מיט משלוח מנות בשליחות האדמו"ר מבעלזא שליט"א. בערך 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מנחה האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אין ביהמ''ד הגדול און אום 6:05 אריינגעקומען צום סעודת משתה היין, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת היום, נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען דעם צווייטן כוס און געוואונטשן לחיים.
בשעת די זופ האט רבינו שליט''א פארגעזינגען כבודו מלא עולם, בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע און במשך דעם גאנצע טיש האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגונים, שמחה, דביקות והתעוררות.
די ערשטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז וויבאלד עס איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט אויף אידישע קינדער, און כביכול איז מחיוב מיט אלע חיובי בעל לאשה, און מוסיף געווען אז איינער וואס האט נישט קיין זיווג איז א פלגא דגופא און איז אין די כלל פון חיוב לרפאותה. די צווייטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז צו קענען משפיע זיין א ישועה פאר אידישע קינדער און א מפלה פאר די שונאי ישראל איז דורך תשובה ברבים וואס איז פונקט ווי תשובה מאהבה און איז משפיע ישועות פאר אידן בכל מקום שהם, און בקול חנוק בדמעות דערמאנט די גזירות החינוך אויף כלל ישראל, און געוואונטשן אז די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה ווי המן בשעתו. די דריטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', און געטייטשט אז ווען המן וואלט געוואוסט די כבוד שמים וואס וועט ארויס קומען וואלט ער נישט געמאכט די גזירה, ובדרך צחות אין וואספארא זכות ער האט זוכה געווען צו דעים.
דער רבי האט מכבד געווען כ''ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א מיט א כוס וויין, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף השיר והשבח. די פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע', המן איז געווען א חכם להרע, אז אידן זאלן מכוון זיין הנאת עצמן און אזוי וועלן די דמעות פון עשו נישט בטל ווערן. די פונפטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז המנ'ס געלט איז געקומען דורך גניבה און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין שליטה.
נאך די תורה האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן, און דערנאך מקיים געווען דעם יערליכן מנהג און גערייכערט א ציגאר, און פארגעזינגען די דזיקוב'ע תניעה, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.
די זעקסטע תורה אויפן שייכות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט די יו"ט פורים, ווייל רבי שמעון האלט כל שהוא למלקות, און לויט טייל דיעות איז אפילו שלא כדרך אויך חייב, במילא האבן די אידן נישט געמעגט נהנה זיין פון סעודת אחשורוש אפילו שלא כדרך.
מען האט אריינגעברענגט א בארג סיני קיגל פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, און קרויט, און דער רבי האט געטיילט שיריים פאר די אויבן אן.
די זיבעטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה' און געטייטשט אז וויבאלד מרדכי הצדיק האט זיך געפירט מיט'ן מידת החסד האט מען זוכה געווען צום נס.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.
נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב. בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
מאנטאג כי תשא - תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל משה דאסקאל הי"ו. ב"ר יעקב הכהן גראס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. בן הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, מנהל. ב"ר בעריש ווייזער הי"ו. ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו. ב"ר אליעזר גאלד הי"ו. ב"ר אהרן ישראל מאיר טייכמאן הי"ו. ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו. ב"ר יעקב יוחנן מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק אז פורים איז געווען הדר קבלוה מאהבה, מען דארף זען אז ווען מען לערענט א שטיקל גמרא זאל מען עס פארשטיין און מען זאל לעבן מיט די תורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכ'ן לחיים איז דער רבי אראפ אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מען האט געזינגען ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אז ביים נס פורים זענען די קליינע קינדער אויך געווען א חלק פונעם נס און זיי דארפן זיך אויך מיטפרייען מיט די נס פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו אויסטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' בנציון נידערמאן הי"ו - ר' אליעזר מאיר נאווי ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאך די זמני כניסה אום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק בצל הקודש
נאך הבדלה זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה גדולה נתיבות התלמוד פון בארא פארק וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שמעון ווידער הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו''ר מפאלטישאן שליט''א בבית האכסניא פון הרה''ח ר' אלעזר הארטמאן הי''ו בגלילות קר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, האדמו''ר מפאלטישאן האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש בני ברק שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' נחום שמשון שווארץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי שמעון סופר זיע''א מקראקא, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט''ז אדר. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:35.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל ברי''א שטיין שליט''א, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו און הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, לוי: החתן ב''ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו, שלישי: החתן בן הר''ר יואל שטיין שליט''א - באווארפן, רביעי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א, חמישי: דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, שישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, שביעי: החתן ב''ר יואל לאנדא הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יו''ט לעווי הי''ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.
מפטיר - קריאת זכור, האט רבינו שליט''א עולה געווען און אליינס געליינט. נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' ירוחם יאקאב הי"ו. ר' שמואל פילאפף הי"ו. ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו. ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל זאלדאן הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אפרים טייטלבוים הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי בן הנולד אצל ר' וואלף ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, כהן: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי''ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר''ר מרדכי שמעיה קויפמאן שליט''א.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עמלק האט אריינגעברענגט אז מען זאל זיך נאכגעבן אלע תאוות ההיתר און דורך דעם גורם געווען א קרירות אין יעדע דבר שבקדושה, שבת און מילה האבן די כח צו מחליש זיין כח המתאווה און מיט דעם אויסרייסן דעם עמלק ס'איז די כח הרע און הארץ פון יעדע איד, מען גרייט זיך צום גרויסן יו''ט פורים דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל זיך קענען אויפווארימען דאס הארץ פאר הקב''ה, און מקבל זיין אלע השפעות קדושות כי קדוש היום לאדונינו.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יוסף דוד היימליך הי''ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' אברהם יהושע ווייס הי''ו (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
א שמחה און פון פרייד הערשט ביי חסידי סאטמאר איבער די וועלט בכלל און ביי חברי קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים בפרט אויף די פריידיגע נייעס, אז בהסכמת וברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, האט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין ירושלים, מיט גרויס סייעתא דשמיא געשלאסן א קאנטראקט מיט הנהלת ישיבת חברון היינט ערב שבת קודש לסדר כי תשא את ראש בני ישראל, צו אפדינגען זייער מעכטיגע געביידע אויף רחוב חגי, סמוך ונראה צום שטח פון די בניני הקהילה והמוסדות וואס איז ארוף ליידער אין פלאמען, וואס וועט דינען בעזר ד' אויף די קומענדיגע פאר יאר אלס צענטער פון א בית המדרש, א ת"ת און אלע צרכי הקהילה והמוסדות, ביז דער בנין הגדול לד' ולתורתו אויף דעם שטח פון די קהילה וועט בעזר ד' פערטיג ווערן לשם ולתפארת.
דער מעכטיגער פראיעקט איז צושטאנד געקומען א דאנק און מיט פינאציעלע שטיצע פון די 2 חשוב'ע פילאנטראפן מראשי קהלתינו הק', ה"ה הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, וואס שטייען בראש פונען מעכטיגן פראיעקט פון קרן הבנין דקהלתינו הקדושה פעיה"ק.
פון די הנהלת הקהילה ווערן אנשי שלומינו איבער דער גארער וועלט געבעטן צו מתפלל זיין ווייטער אויף סייעתא דשמיא מ'זאל קענען מוציא זיין מהכח אל הפועל אלע ריזיגע פלענער וואס מ'ארף נאך אויספירן אין די קומענדיגע תקופה בעז"ה.
חפץ ה' בידינו יצליח!
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Friday10 Adar 57833/3/2023
Report
פרייטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', און ארומגערעדט דברי הכנה והדרכה ליו"ט פורים הבעל"ט, וויאזוי זיך צוצוגרייטן צום יו"ט, לערנען חסידישע ספרים, התנהגות אינעם יו"ט ביים גיין נאך געלט, זינגען איידעלע ניגונים וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת רבינו 'אבני חסד' פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר יעקב יחזקי' היימליך שליט"א (מאנטרעאל) - הר"ר אפרים טייטלבוים שליט"א, באולם כינור דוד. ר' דניאל שאלילאף הי"ו ד ר' מאיר יודא מאלח הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום 9:00 האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' דוד ברא"י ווייס הי"ו (מאנסי) - ר' ליפא ווייס הי"ו. ר' ישראל שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' וועלכע זענען זיך מקבל קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday9 Adar 57833/2/2023
Report
מיטוואך פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן ראזענצווייג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. און דערנאך פארטיילט מטבעות בחדרו הפרטי פאר די בחורים וועלכע האבן געלערנט שעות רצופות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל ברי"א שפיטצער הי"ו - ר' אלי' לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יושע פנחס שאהנפעלד - און ר' חיים טורנהיים הי"ו. ר' יואל בר"מ ווייס הי"ו (וומסב''ג) - ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו.
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל אלי' גליק הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יושע מרדכי ראזענבוים הי"ו (ב''פ). ב"ר ליפא שעהנברוין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און בקול בכי געזאגט דברי נהי וקינה על שריפת ספרי תורה ובניני קהלתינו הק' ה"י, בעיה"ק ירושלים ת"ו, ווי דער רבי האט מעורר געווען אז ירושלים איז לבא דעלמא, ווען עס איז דא ווייטאג אין הארץ פילט דאס די גאנצע גוף, דארף יעדע איד מבני קהלתינו זיך מצטער זיין מיט'ן צער פון ירושלים, דער רבי האט מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים זאגענדיג אז רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט ביי אזא פאסירונג מעורר געווען אויף קדושת הביהמ"ד, נישט רעדן בשעת התפילה וקריאת התורה, זיך מקבל זיין קבלת טובות בקדושת הביהמ"ד ובלימוד התורה, נזהר זיין בקדושת תפילין ומזוזות, און שטיצן לומדי התורה בפרט די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק להגדיל כח התורה ולהאדירה ביתר שאת, אז מ'זאל קענען צוריק אויפבויען א בית המדרש און א בית תלמוד תורה, א בנין נאה ומפואר לכבודה של תורה. דערביי האט דער רבי מחייב געווען אלע אנ''ש מבן י''ח שנה צו געבן ח"י דאללאר כופר נפש, צו קענען שרייבן א נייע ספר תורה צו מכפר זיין אויף די עלבון התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישכר בער דאווידאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, די ברית איז געווען בבית החדש של אביו הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א אינאיינעם מיט א קביעות מזוזה וחנוכת הבית, נאכן ברית האט דער רבי קובע מזוזה געווען, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמאר גארדענס צו די שבע ברכות לכבודו פון הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקר''י, צוגעשטעלט דורך די בית הוראה מיט די באטיילוגונג פון אלע סופרים פון קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די סופרים, די זכי' עוסק צו זיין אין די עבודת הקודש צוצושטעלן כשר'ע ספרי תורה תפילין ומזוזות, און ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון די פסול'ע מזוזות און די מאנגל פון סופרים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו, משמש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו. ב"ר אברהם אויש הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' ראובן גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעלי ברית'ן בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יושע בער שווארץ הי"ו - ר' יואל ברש"י לאקס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' חיים אלעזר פארקאש הי"ו - ר' ישכר מרדכי ליכטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:45.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל וויינגארטן הי"ו (מאנסי) - הרה''ג ר' יוסף משה פארגעס שליט''א. ר' אליעזר זוסיא פליישמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל יצחק ראטה הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday6 Adar 57832/27/2023
Report
על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה
מיט ציבראכענע הערצער, איז היינט אויפדערנאכט אול"י ז' אדר פארגעקומען די מסע הלויה פון די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י פון די העלישע שריפה בבנין קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.
די מסע הלויה איז פארגעקומען על פני רחבת בית מדרשינו הגדול ברך משה אויף רח' יונה בירושלים עיה''ק, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש בארה''ק זקנים עם נערים, אינאיינעם מיט טויזענטער בני ירושלים עיה''ק, ובראשם הרבנים הגאונים שליט''א וחברי ביד''צ העדה החרדית, וועלכע האבן באגלייט בבכיות נוראות די די צוויי ספרי תורה אינאיינעם מיט די פולע תשמישי קדושה.
אנגעהויבן בערך אום 7:00 פארנאכטס בארה''ק האט מען ארויסגעברענגט אויף רחבת בית מדרשינו הגדול די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה אינאיינעם מיט די פילע תפילין אין תשמישי קדושה, און הרה"ג ר' יעקב מענדל ניילינגער שליט"א מרבני קהלתינו הק' און בעל תפילה קבוע ימים נוראים האט אנגעהויבן פארזאגן די פרקי תהילים, און דערנאך פארגעזאגט די קינות פון תשעה באב, אויף די שרעקליכע אבידה, און ממשיך מיט פארשידענע קאפיטלעך תהלים.
דערנאך האט הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א שליט"א אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע ווערטער בבכיות נוראות און מעורר געווען דעם גאנצע ציבור לתשובה ולתיקון המעשים, און נאך זיין דרשה האט דער דיין שליט"א פארגעזאגט אינאיינעם מיט די גאנצע ציבור די "ווידוי" בהתעוררות רב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ בדברי הספד חיזוק והתעוררות.
נאך די דרשה איז ערשינען כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און דערנאך האט דער רב שליט''א משמיע געווען דברות קודש בקול חוצב להבות אש דברי התעוררות זיך מחזק זיין בדברים הצריכים חיזוק, און געזאגט אז דער שטן פארלייגט'זיך אויף די אלע פעולות לטובה להעמיד הדת על תילה פון ידי"נ כ"ק רבינו שליט"א, און האט געבעטן צו העלפון צוריק בויען דעם בית הגדול והקדוש ברוב פאר והדר, וואס דאס וועט זיין דער בעסטער ענטפער פאר'ן שטן, און ס'וועט זיין "גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון יותר מהראשון" און האט מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט הגאון רבי יעקב מענדל ניילינגער שליט"א פארגעזאגט די סליחות "אזכרה אלוקים", און אינאיינעם מקבל "קבלת עול מלכות שמים".
דאן האבן די גבאים פון "חברה קדישא" פארגעזאגט א קאפיטל תהילים, און די צוויי נדבנים פון די ספרי תורה הר''ר דוד פרייא שליט"א און הר''ר משה אבראמאוויטש שליט"א האבן געזאגט קדיש יתום בבכיות נוראות.
נאך די לויה האט הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים אויסגערופן דעם גאנצן סדר פון די מארגנ'דיגע יום תפילה ותענית בבכי ומספד, כהוראות הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
ארום 8:45 האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן מלוה זיין די ספרי תורה ווען די ירושלימער גאסן זענען שווארץ פון די טויזענטער מלוים וואס האבן באגלייט מיט א טיפן טרויער און צובראכנקייט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה מיט די פולע תשמישי קדושה אויפן וועג צום הר המנוחות.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א איז מוסיף נייע חברי הנהלה אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו
ביי אן אסיפה וואס איז אפגעהאלטן נעכטן זונטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל, האט רבינו שליט"א ממנה געווען א סגל חבורה פון פרישע ענערגישע עסקנים אלס חברי הנהלת מוסדות יטב לב אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק סיי פאר די חברי הנהלת המוסדות פון ארץ ישראל צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און סיי פון די פארצווייגעטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס וועלכע געט זיך אפ מיט'ן שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן און פינאנצירן די הייליגע מוסדות בארה"ק.
די אסיפה איז פארגעקומען דבר בעתו אין די צייט ווען מוסדות יטב לב גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג ארויסצוקומען צום ציבור אנשי שלומינו מיט א גרויסארטיגן קאמפיין צו קענען אויסצאלן פאר די הונדערטער כלי קודש אין די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל אויף דעם יו"ט פסח הבעל"ט, און ס'פארלאנגט זיך אסאך כוחות אז דער אפיס דאהי אין אמעריקא זאל קענען אניאגן די שווערע ארבייט אויסצוצאלן די מלמדים וכלי קודש פון די הייליגע מוסדות בארה"ק.
ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי מוסדות יטב לב, וועלכער האט אין די לעצטערע יארן זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו פאר די ימים טובים אז מ'זאל קענען אויסצאלן פאר די מלמדים און לערערינס אין ארץ ישראל אויף יו"ט. ואתו עמו זענען אנוועזנד געווען די צוויי געטרייע נגידים חשובים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין וומסב"ג און הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין קר"י, וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע יארן אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין שטיין לימין מוסדות יטב לב, ובפרט מיט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק.
עס זענען נתמנה געווארן די פאלגנדע חשוב'ע לאנג יעריגע עסקנים לכל דבר שבקדושה ה"ה הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י), און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און האט ארויסגעברענגט וויאזוי די מוסדות זענען זיך שיין צעוואקסן בליעה"ר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און סיי אין בית שמש, און דערמיט איז אויך געוואקסן דער עול און די התחייבות פון די גרויסע סכומים וואס מען דארף שיקן פון אמעריקע.
דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח די ארבייטער פונעם אפיס און די עסקנים פון מוסדות יטב לב וועלכע האבן ב"ה מצליח געווען צו העכערן די הכנסות אסאך מער ווי אמאל, אבער עס איז נאך אלץ אין הקומץ משביע את הארי, און מען קען נוצן נאך הילף פון אינדרויסן צו קענען פארברייטערן די פעולות און אז די מוסדות אין ארץ ישראל זאלן האבן אן אוזן קשבת צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר, און פאר דעם איז מען ממנה די פרישע געטרייע חברה הנהלה זיי זאלן אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנטע עסקנים שטיין בראש פון די אלע אקטיוויטען בס"ד, להגדיל תורה ולהאדירה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט חיזוק פאר די הנהלה און עסקנים בלשון קדשו: "אני הקטן וועל זיך אי"ה אויך צושטעלן צו אלעם וואס פעלט זיך אויס פאר יטב לב. צי מ'דארף גיין נאנט, צי מ'דארף גיין ווייט, וואס מ'דארף צו טוהן, וועלן מיר אלעס טון פאר די הצלחה פון מוסדות יטב לב! עס איז פאר אונז אלע א זכי', עס איז פאר מיר א זכי', און עס איז פאר אייך א זכי', אז מ'קען צולייגן א האנט, א פלייצע, צו די הייליגע מוסדות".
דערביי האט דער רבי אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם מייסד המוסד זאל ביישטיין פאר אלע וואס העלפן ארויס די מוסדות צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, און זיין געבענטשט מיט הצלחה און מיט גרויס סייעתא דשמיא.
דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארויסגעברענגט אין עטליכע ווערטער דעם שווערן עול וואס ליגט אויף רבינו שליט"א צו דעקן די הייליגע מוסדות בארה"ק, און שטארק משבח געווען די געטרייע עסקנים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.
ארץ ישראל גבוה מכל הארצות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו (מאנסי). נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א גאב"ד נחלה ומנוחה בית שמש וחבר הביד"ץ עדה החרדית ירושלים עיה"ק ע"פ אחיו ע"ה.
דאן איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - ר' ברוך עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו וחבר בבדי''צ - הר''ר יואל גאטליעב הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אום 8 אזייגער איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט"א האט ממנה געווען פרישע כוחות צו די הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו, ה"ה העסקנים הדגולים הרבני הנכבד ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י). הרבני הנכבד ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). וועלכע וועלן אינאיינעם מיט די ביז יעצטיגע אקטיווע הנהלה עומד זיין בראש פון די הייליגע צדקה פון מוסדות יטב לב בארה"ק און די ברייטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס צו שאפן די ריזיגע פאנדן פאר די הייליגע מוסדות, און זעלבסט פארשטענדליך צו די זעלבע צייט שטיין בקשר מיט די הנהלות המוסדות ברחבי ארה"ק אויף אלע עניני המוסדות.
רבינו שליט"א האט געזאגט דברות קודש ווי ער האט קודם מיט גרויס צער ארויסגעברענגט די שרעקליכע פאסירונג אין ירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם שב"ק. און דערנאך ארויסגעברענגט דעם גרויסן זכות צו זיין א חלק פון די עבודת הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הנהלת מוסדות יטב לב, איבערגעגעבן פארשידענע ענינים פאר'ן משמר הנכנס זייענדיג יארן לאנג פון די ראשי הנהלת המוסדות, און ארויסברענגענדיג דערביי די זכי' וואס דאס איז צו שטיין לימין קדשו פון רבין שליט"א לטובת מוסדות יטב לב, וואס דאס איז אלע יארן געווען דאס הייליגסטע ביי רבותינו הק' זי"ע ויבלח"ט מרן רבינו שליט"א.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה''ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו - הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, משב"ק. נאכן ליינען די תנאים האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פארן חתן און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאל פון די מחותנים ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל בר"ה ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:55 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
תיכף נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אינפארמירט געווארן איבער די שרעקליכע טראגעדיע פון די שריפה בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
פון ביהמ"ד איז רבינו שליט"א אריבער בבית הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, לרגל נשואי נכדתו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אום צעהן אזייגער האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה דורך טעלעפאנישע פארבינדונג מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בבית הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א, און מיט גרויס ווייטאג אויסגעפרעגט און געהערט אן ערשט האנטיגע רעפאראט פון די ביטערע טראגעדיע. רבינו שליט''א האט באויפטראגט הנהלת קהילתינו מ'זאל קובע זיין אויף דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער אנ''ש בירושלים עיה"ק זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה אינטער 18 יאר זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון כינור דוד לפאר את שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית מרדכי מיט הכלה אייניקל פון הגאון הגדול דומ''ץ קר''י שליט''א, צוגעשטעלט דורך די מתפללי ביהמ''ד בית מרדכי לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד. עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה''ח ר' הערשל פריעדמאן הי''ו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די ש''ב, און איז דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday5 Adar 57832/26/2023
Report
שב''ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:50, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי דיימאנט הי''ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע לאבין חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב''ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אכילה שלא כדרך.
קה אכסוף: הרה''ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי''ו (מאנסי), ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א נכד הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ז' אדר. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אפרים שווארץ הי''ו (מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו - באווארפן, לוי: הרה''ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו, שלישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יושע בער שווארץ הי''ו - באווארפען, חמישי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' גדלי' ברח''ה אפפעל הי"ו. ר' יעקב בר''י גוטמאן הי"ו. ר' אלי' ברח''מ שניצער הי"ו. ר' שמשון בר''מ סימאן הי"ו. ר' יעקב ברח''א ווייס הי"ו.
שביעי: הרה''ח ר' הערשל מיטטלמאן הי''ו (וומסב''ג), הוספות: החתן ב''ר יודא אברהם שטיין הי''ו, החתן ב''ר וואלף אלעזר רייכמאן הי''ו, החתן ב''ר יואל ווייסמאן הי''ו, אחרון: החתן בן הר''ר שלמה לייב גליק שליט''א, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יודא שטיינמעץ הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' מנלי' שעהר הי''ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה''ג ר' חיים יודא באב''ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אברהם רייכמאן שליט''א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:25. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15, מנחה: הרה''ח ר' יעקב מיטטלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי''ו (וומסב''ג), כהן: הר''ר שלמה לייב גליק שליט''א, לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יעקב מיטטלמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען לערנט די תורה ווערט גערעכנט אזוי ווי מען איז מקיים אלע מצוות, אויך די וואס מען קען נישט מקיים זיין בפועל, כל הלומד בתורת עולה כאילו הקריב עולה, דורך זאגן יעדע אינדערפרי פאר'ן דאווענען די סדר הקרבנות ווערט נתכפר די עבירות אזוי ווי בשעת מען האט מקריב געווען די תמיד, און אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען, מען דארף זיך מחזק זיין אין דעם ענין און וויסן אז אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען דעם סדר מיט א סדר נכון און אזוי דארף מען דאווענען און נישט מזלזל זיין אין דעים, ויהא אמירה זו מרוצה כאילו הקרבנו קרבן התמיד.
ידיד נפש: הרה''ג ר' יושע ווערצבערגער שליט''א, קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' הערשל מיטטלמאן הי''ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.