דינסטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור, דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א, פאר הודו האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א, בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בדמעות שליש א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא און די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף יעדע איד עד סוף כל הדורות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע''י ביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה מאנסי סניף קנין תורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' נפתלי צבי סופר שליט"א ר''מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא, און געטיישטש אז ויקהל איז בגמטריא 'מקוה', ווען מען גייט אין מקוה דארף מען צומאכן דאס מויל און די אויגן און מ'דארף זיך אראפבייגן, דאס קומט זאגן אז מ'דארף האבן שמירת עינים און אכטונג געבן וואס מרעדט און מדארף האבן הכנעה, מען טאר נישט האבן קיין חציצה אויפן גוף, די זעלבע טאר מען נישט האבן קיין חציצה אויף די נשמה, און נאכגעזאגט פונעם מאור ושמש זיע"א אז דער רבי ר' אלימלך זיע"א האט איינגעפירט צו גיין אין מקוה, בזכות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א קען מען אראפקראצן די חציצה פון די נשמה און אפילו נאר דערמאנען די נאמען ווערט מען שוין הייליג, דאס וואס מען קען זיך נאך האלטן אין דעם ביטערן גלות איז נאר אדאנק זיין קדושה, און מסיים מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים מיט די נעמען פון די בחורים וואס האבן געלערנט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, און געבעטן אז דער רבי זאל זיי אינזין האבן, דער רבי האט געליינט די קוויטל און ווארעם אנגעוואונטשן.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה"ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:00, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז בעפאר אריינגעפארן קיין ב''פ און מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו ע"פ אביו הישיש ע"ה, און דערנאך געפארן קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריבער צו די לע-שאטאו זאל ווי עס איז פארגעקומען א כינוס התחזקות פאר חברי כולל בוקר בבית מדרשינו ברך משה בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן דער רב הביהמ"ד הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און בפרט פארן נדבן ופטרון הכולל הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, און משמיע געווען דב"ק בשבח פונעם ביהמ"ד ווי מען שטייט אויף פארטאגס און מ'לערנט, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 1:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א צו לאדענען רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו וואס קומט פאר מארגן אויפדערנאכט אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️