ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די מסיבת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן בישיבתינו הק' בלאנדאן.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט הר''ר נחמן ברוך שיף הי''ו פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזים מלא רגש וגעגועים, איבער די הרבצת התורה בעיר סיגוט ביי רבותינו הק' נבג"מ, און האט אויסגעגראמט דעם געהויבענעם שב"ק מיט אלע דברי תורה פון רבינו שליט''א במשך די שבת, און ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע זכי' אז דער רבי האט אונז בוחר געווען צו ברענגן קיין סיגוט און 'אונז זעמער אלע תלמידים פונעם רבי'ן דא אין סיגוט', און ווען אונז גיימיר צום ציון וועלן מיר מתפלל זיין פארן רבי'ן און דער זאל אונז אינזין האבן.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ס''ת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות, דער סופר איז געווען הרב חיים יצחק טווערסקי שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מטשערנאביל אשדוד שליט''א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש א לענגערע תורה בעניני כתיבת ס''ת, און מאריך געווען בדברי הדרכה פאר די בחורים וואס מען נעמט אהיים פון אזא שבת עס זאל באגלייטן א גאנצן לעבן און פארשידענע הדרכות פאר'ן בחור'ישן סדר החיים מ'זאל שטייגן מעלה מעלה. רבינו שליט''א איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו בלאנדאן, און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד וינועו אמות הסיפים, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו צו טאנצן, עם בני משפחתו. מען האט געענדיגט אום 1:15
דערנאך האט רבינו שליט''א געהייסן אויסרופן אז טראץ די שפעטע שעה, וועט אי"ה 8:00 צופרי זאך אנהייבן דעם סדר הלימוד אינעם 'ישיבה של מעלה' אויף צוויי שעה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15, מנחה: הרה''ג ר' ישראל קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, פתיחה: הרה''ח ר' משה דוד דאווידאוויטש הי''ו (קר''י), כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד גליק הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ח ר' יעקב אליעזר ווצב''ג (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי''ו (וומסב''ג).
ביי של''ש פאר די זמירות האט מען געזינגען מערערע ווארימע ניגונים מיט א בהתעוררות ודביקות. זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א מגי''ש בישיבתינו בירושלים, שיר המעלות: הרה''ג ר' שניאור זלמן ווייס שליט''א מגי''ש בישיבתינו בבני ברק.
פאר די תורה האט מען ווידער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בהתעוררות בעניני מחצית השקל וואס ווייזט אויף אמונה פשוטה, און ממשיך געווען בדברי חיזוק און אויסגעפירט בברכת קדשו.
ידיד נפש: הרה''ג ר' יואל שרגא פערלמוטער שליט''א מגי''ש בישיבתינו בלאנדאן, קל מסתתר: הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א מגי''ש בישיבתינו מאנטשעסטער, שושנת יעקב: הרה''ג ר' עקיבא שטערן שליט''א מגי''ש בישיבתינו מאנטשעסטער, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
צו מעריב מוצש''ק איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו''ט זיע''א, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן אויפן פלאץ א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30, ברכות וקרבנות: הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה בני ברק, פסוקי דזמרה : הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט''א מנהל ישיבה גדולה מהרי''ט. מ'האט געזאגט הלל הגדול און שירת הים פסוק בפסוק בהתלהבות כמנהג המקום ק"ק סיגוט, און צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און אנגעהויבן עד הנה באש קודש, דער רבי האט פארגעדאווענט די יוצרות און מען האט געזינגען ביי ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטלמאן הי''ו (ב"פ) און הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו (קר"י). הולכת הס"ת: הרה''ג ר' שמשון שטערן שליט''א מגי''ש בישיבתינו בני ברק און הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט''א מגי''ש בישיבתינו בני ברק.
בעל קורא: הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער. עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו (קר''י) נאכ'ן עולה זיין האט ער גומל געבענטשט און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור, לוי: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב"ג), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), רביעי: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), חמישי: הרה''ח ר' אלימלך שמשון ווייס הי''ו (לאנדאן), שישי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו (קר''י), שביעי: הב' אלתר דוב סאמעט ני''ו נכד הגאון הגדול ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), הגבה: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי), גלילה: ר' שמואל ב''ר אשר זעליג לעוו הי''ו (לאנדאן). מפטיר קריאת שקלים: האט רבינו שליט"א עולה געווען און אליינס געליינט כנהוג. הגבה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו (קר''י), גלילה הרה''ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו (מאנטשעסטער).
רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, און הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א (מאנטשעסטער) איז מכובד געווארן צו האלטן דאס צווייטע ספר, הרה''ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט''א (ב"פ) איז מכובד געווארן איבערצונעמען דעם רבינ'ס ספר נאכן ר''ח בענטשן.
צי מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען בהתעוררות רב לכבוד שבת שקלים, מ'האט געזונגן די חרוזים אור פניך כנהוג. פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יואל ווערטהיימער הי''ו (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אראפ צו ביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט מיט די געלאנדענטע 22 נגידים וואס זיי האבן פינאצירט דעם שבת, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן און אראפגעלייגט וואס עס מיינט פאר די בחורים אזא שבת בעבר בהוה ובעתיד. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און דערציילט א לענגערע צייט מערערע סיפרי קודש מעשיות פון רבותינו הק' אין שטאט סיגוט בשייכות מיט תלמידים און בחורים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה': נכד רבינו הרב אלעזר ט''ב שליט''א (לאנדאן). ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' משה בצלאל וויינבערג שליט''א מגי''ש בישיבה קטנה בני ברק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
שב''ק פרשת משפטים - שקלים, מברכים חודש אדר, שבת לפני הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע, אינערהאלב די מסע הקודש און שבת ישיבה של מעלה.
בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת 'ישיבה של מעלה', א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון דער גרויסער ראש הישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינאיינעם מיט די קרוב צו 400 תלמידים פון די 6 ישיבות הקדושות פון ארה''ק און אייראפע, וואס האבן צום ערשטן מאל געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענער שבת בצל הקודש, ווי דער רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און פארברענגט פאר לענגערע שעות מיט די תלמידים פון אויסלאנד, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו, רבותינו הקדושים העצי התמרים זיע''א, ווי רבותינו הק' האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש פאר לאנגע יארן ובפרט בהרבצת התורה לתלמידים.
עס איז שווער און נישטא קיין ווערטער אראפצוברענגן די געהויבענע געפילן פון די הונדערטער תלמידי 'ישיבה של מעלה' נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק, וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע מאורעות און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
ערש''ק ביים זמן הדלקת הנירות האט רבינו שליט''א געצינדן די נירות שבת קודש בהיכל ביהמ''ד עצי התמרים.
ארום 15 מינוט נאכן זמן איז פארגעקומען א דרשה פתיחת השבת פאר אלע בחורים דורך הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו הק' באנטווערפן.
פרייטאג צונאכטס ארום 6.20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און מאריך געווען א לענגערע צייט בבכיות נוראות ובתעוררות רב. קבלת שבת הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק. מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.
נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און במאור פנים געוואונטשן גוט שבת פאר אלע תלמידים אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד.
דערנאך האט הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער האט אהנגעפירט און אויסגערופן די סדרים במשך דעם שבת.
תיכף דערנאך זענען אלע בחורים אראפ בהיכל השולחנות מעביר סדרה זיין, און דערנאך איז פארגעקומען א שיעור נפלא דורך הרה''ג ר' יואל לאנגבערג שליט''א מגי"ש בישיבתינו הק' בלאנדאן. דערווייל איז דאס ביהמ''ד אויסגעשטעלט געווארן צום ערישה"ט מיט פלאטפארמע'ס אויף אלע 3 זייטן אז אלע בחורים זאל קענען מיטהאלטן, אויף יעדענס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכע זמירות מיט די קונטרס אימרא טב"א לשב"ק, מיט ספעציעלע חלה דעקלך וכדו'. דאס גאנצע ביהמ"ד הגדול פון עק צו עק איז געווען אויסשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן. ביי אלע 3 טישן במשך דעם שב"ק איז טאקע געווען פול דאס ביהמ"ד עד אפס מקום, און יעדער איז געזיצן, די סערווירערס זענען געווען בלויז חסידישע בחורים, ולא יתערב זר במחנינו.
ארום 9:10 זענען די הונדערטער בחורים אריין, מען האט יעדן מסדר געווען מיט פלעצער, מיט א סדר מיוחד פון קארטלך דורך די חשובע מנהלים וואס מען האט אויסגעטיילט א ספעציעלע קארטל יעדער ווי זיין פלאץ איז, עקסטער האט מען ביי די זייטן פון אויבן אהן מסדר געווען די כלי קודש און די עטליכע נדיבים בעם וואס האבן פינאנצירט דעם שבת 'ישיבה של מעלה'.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור און האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 5 שעה!
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב ני"ו רבינו שליט''א האט געמאכט קידוש און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך די סעודה צווישן די מאכלים, פאר די פיש, זופ, פלייש, און נאך די פלײש האט רבינו שליט''א געזאגט 4 מאל תורה און אויסגעטייטשט די ארבעה נזיקין שור, בור, מבעה, והבער, מיט הערליכע פשטים בדברי דרוש מיט א המשך פון איין תורה צום צווייטן, אנגעפוהלט מיט מוסר און חיזוק. במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים פאר שעות אריכות און צוויי מאל האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודים, אויך האט מען געזינגען עטליכע פאצייטישע לידער אויף אידיש בקשר שבין ישראל לאבינו שבשמים בימי השובבי''ם, בהתעוררות רב.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' מרדכי יאזעף שליט''א מנהל ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק.
נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געזאגט תורה א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און עשה לפני הדיבור.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה בבני ברק, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו באנטווערפן נכד מרן הקדושת יו''ט זיע''א.
עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט שבט.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער.
נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.
אור פניך לכבוד שבת שקלים: הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' ירושלים עיה''ק, וואס איז געזונגן געווארן בהתעוררות ובדביקות.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' ישראל קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ובאו כולם און נעשה ונשמע. מען האט געענדיגט ארום 2:05.
נאכ'ן טיש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק, און האבן זיך מפלפל געווען מיט רבינו שליט''א אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן אויף די שיעור סוגיא פון פרייטאג אינדערפרי א לענגערע צייט, און דער רבי האט שטארק מפליא געווען זייערע ידיעות און עמקות.
אויך האט הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט''א מגי''ש בישיבה גדולה בני ברק געברענגט א בריוו פון רבו הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט''א ראש ישיבת סלובדקא א חידוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן וואס ער האט אים געשיקט לכבוד דעם שבת 'ישיבה של מעלה; ווי ער האט געהערט אז דער רבי וועט פראווענען דעם שבת מיט די בחורים און עוסק זיין אין די סוגיא, אינעם בריוו באציעט ער זיך אויף דעם שב"ק אין סיגוט, און ער איז דורש בשלומו פון מרן כ"ק רבינו שליט"א און פירט אויס מיט א ברכה. לעומתו ברוך יאמר האט כ"ק רבינו שליט"א צוריקגעשיקט א פריסת שלום וברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ''ו
פרייטאג ערש''ק משפטים
טראץ וואס די תלמידי הישיבות זענען אנגעקומען דאנערשטאג שפעט אויפדערנאכט אין סיגוט, האט זיך די סדר הלימוד אינעם ישיבה של מעלה אנגעהויבן פארטאגס אום 7:00, ווי דאס ביהמ''ד איז געווען געפאקט עד אפס מקום, דער ראש הישיבה רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45 און ארומשפאצירט פאר נאענט צו א גאנצע שעה און זיך אפגעשטעלט ביי יעדן טיש עקסטער און זיך מפלפל געווען מיט א גרויס קורת רוח.
ס'איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי דער גרויסער מנהיג ישראל גייט ארום און שטעלט זיך א מינוט ביי א טיש פון מאנטשעסטער א מינוט ביי לאנדאן און ביי אנטווערפן, אינגע בחורים און עלטערע, ביי א טיש פון בני ברק און ביי ירושלים, יעדער האט געהאט א פתחון פה, דער רבי האט פארהערט די בחורים און זיך גע'טענה'ט און מפלפל געווען אין די לימודים.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ''ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור הב' יודא גליק ני''ו (אנטווערפן).
נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און פארגעלערנט דעם ערשטן שיעור סוגיא, מיט א פלאם פייער אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן בשמחת התורה. נאכ'ן שיעור האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט א שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר די זכי' מרביץ תורה צו זיין פאר תלמידים אויף דעם פלאץ ווי זיינע הייליגע זיידעס האבן מרביץ תורה געווען, און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט בהרבצת התורה אויף דעם פלאץ און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך איז סערווירט געווארען פאר די בחורים א ברייטן פרישטאג, און דערנאך זענען אלע בחורים אריין בקו''פ און אדורך כבני מרום און שלום גענומען, דער רבי האט יעדעם אויפגענומען און זיך נאכגעפרעגט, און אסאך בחורים האבן געפרעגט קשיות אין די סוגיא אויף וואס דער רבי האט יעדעם געענפטערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ג2/17/2023
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ''ו
מיטוואך פרשת משפטים
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
מיטאג ארום 3:00 איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און אור פניך לכבוד שבת שקלים בהתעוררות רב. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש מרגשי לבו הטהור בהכנה דרבה צו די געהויבענע נסיעה ושבת 'ישיבה של מעלה', און מעורר געווען זכות אבות, און דערביי האט דער רבי געזאגט אז ער וועט מיטנעמען א קוויטל כוללות פון די טויזענטער תלמידי הישיבות פון אמעריקע, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:50 און די תלמידי הישיבה האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.
ארום 4.55 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נוארק עירפארט, און ארויף אויפן פליגער וועלכע האט זיך געהויבן ארום 5:50 א וועג פון 8 שעה קיין וויען עסטרייך.
אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען א לענגערע צייט אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', און געשריבן חידו"ת, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האט דער רבי איבערגעקוקט א לענגערע צייט די רשימת התלמידים וועלכע קומען אויף שבת לחסות בצל הקודש בעיר האבות סיגוט, און די רשימה פון די נדיבים וועלכע האבן באשטייערט די גרויסע סכומים פאר די קאסטן פון דעם שבת.
דאנערשטאג בערך 7:30 אינדערפרי אין וויען עסטרייך האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער אינעם וויען אינטערנעשענאל עירפארט, ביים טיר פון פליגער האבן אפגעווארט און שלום גענימען פון רבינו שליט''א הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א רב דקהל חסידים וינה, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו בבגדי שבת.
רבינו שליט''א איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו. דער רבי האט עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און דערנאך געגאנגען אין מקוה בביהמ"ד קהל חסידים.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד קהל חסידים. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן מצוה בחור נכד הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א רב דקהל חסידים וינה.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און די תלמידי ישיבה קטנה פון קהל מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט'ן ציבור מתפללי הביהמ''ד, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער רב הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה און שמחה אין שטאט מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת און ארויסגעברענגט אז דער רבי דער גרויסער מזכה את הרבים פארט אויף שבת צו די אבות וואס זענען בבחינת שבת וועט מען זיכער פוילען ישועות און געבעטן דעם רבי'ן זאל איבערלאזן א ברכה פאר די שטאט, דערנאך האט הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו מלובש בבגדי שבת אויסגעדריקט זיין גרויס רגשי הלב די זכיה וואס ער האט אז דער רבי קומט איינשטיין ביי אים, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטל און מען האט אריינגעזונגען.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די בחורים און פאר די ארטיגע רבנים, און גאנצ'ן ציבור. אויפ'ן וועג ארויס איז מען אריבער שלום נעמען.
נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון די ת''ת, דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בשבח פון די תלמידים און מאריך געווען בענין אז מען זעהט שוין ב"ה חסידישע קינדער מיט פאות אין וויען, און מסיים געווען בברכות קדשו, און דערנאך פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.
דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה''צ אב''ד מחזיקי הדת שליט''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף קורצע באזוכן ביי די רבני העיר שליט''א. צום ערשט ביי הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א אב''ד דקהל חסידים וינה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער א שאלה בהלכות גירות, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו. פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט''א אב"ד קהל אוהל משה וויען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי ער האט געוויזן אלטע כתבי ידות פון גדולי האחרונים, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אב''ד מחזיקי הדת וויען, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן צום עירפארט ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן אום 6:40 א וועג פון 45 מינוט צו די שטאט באניא. אויפן פליגער איז געווען א שיינער שמועס פון די שטאט סיגוט בצל צדיקים הקודמים משינאווא בעלז נאדבורנא וכ'ו.
די פליגער האט געלאנדעט ארום 8:15 אין די שטאט באניע, פון ווי דער רבי איז גראד געפארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון 80 מינוט, אין די אויטא פון הרה''ח ר' שלמה הערש בר''ד עקשטיין הי''ו.
אינטערוועגנס פון באניע קיין סיגוט האט דער רבי צוגעוויזן אלע שטעטלך און גלילות'ער ווי גדולי ישראל האבן משמש געווען ברבנות פאר די קריג.
אום 10 אזייגער איז מען אהנגעקומען קיין סיגוט, און בערך 11 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל משה ארי', און דערנאך שלום געגעבן פאר די חשובע געסט, און יעדן מעודד געווען זיך צו לייגן פרי כדי צו קענען אויפשטיין פרי עוסק זיין בתורה באשמורת הבוקר בישיבה של מעלה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר שבתי ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום מעמד יום האיחוד פון די קרוב צו טויזנט תלמידי כתה מכינה לישיבה כיתה ט' במוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק, דער רבי האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים. דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים, בדברי התחזקות ללימוד התורה, ובסוף דבריו האט דער רבי ארומגערעדט ברגשי לבו הטהור איבער דעם מסע קודש לעיר האבות סיגוט אויף דעם שב"ק שבת שקלים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און פראווענען דעם שבת 'ישיבה של מעלה' מיט תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק און אייראפע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבותיה"ק העצי התמרים זיע''א און די געוואלדיגע כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר בחורים, וברגש קודש ארומגערעדט איבער די זכי' צו קענען פארלערנען פאר בחורים במקום ישיבת אבותיו הק', און געזאגט אז ער וועט אי"ה מיטנעמען די קוויטל כוללות פון די שעות רציפות פון די בחורים צו ברענגען א פריסת שלום פון די היזיגע בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 5:45.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג ואחיו החשובים ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו און ר' שאול בראך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ה שבט תשפ"ג2/16/2023
באריכט
דאנארשטאג אויפדערנאכט אין עיר האבות סיגוט יצ"ו
דער טשארטער פליגער פון די תלמידי ישיבתינו הקדושות בארה''ק האט געלאנדעט אין שטאט באניא אין רומעניע ארום 7:00, און די טשארטער פליגער פון תלמידי ישיבתינו הקדושות באייראפע אין שטאט סאטמאר אין רומעניע ארום 6:45.
אין די יעצטיגע מינוטן קומען אהן די באסעס אין א זאל צום עיר האבות סיגוט ווי עס וועט סערווירט ווערן א געשמאקע נאכטמאל, און תיכף דערנאך גראד צופארן צו די האטעלן.
דאנערשטאג אינדערפרי 7:30 (מיטוואך 1:30 אויפדערנאכט אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט וויען עסטרייך.
רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת שחרית ארום 9:30 אין ביהמ''ד קהל חסידים אין שטאט, נאך שחרית וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים, און דערנאך צופארן לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו.
שפעטער נאכמיטאג נאך מנחה וועט זיך רבינו שליט''א ארויסלאזן מיט א פריוואטע פליגער צום שטאט סאטמאר אין רומעניע און פון דארט צום עיר האבות סיגוט.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דינסטאגכ"ג שבט תשפ"ג2/14/2023
באריכט
מאנטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל טייטלבוים הי"ו. ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה. מוהל: רבינו שליט"א, סנדק: דער זיידע האדמו''ר מקארוב שליט"א, סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל יצחק נאך זיין זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס האדמו''ר מקארוב שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די זיידעס, און גאנצן ציבור. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס בני וחתני הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
נאך די זמני כניסה ארום 11:35 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיו, הכלה בת בנו הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א, און החתן בן בנו הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן דיין שליט''א, די חתנים, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, נאך ברהמ"ז האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתנים און דערנאך מיטן דיין שליט"א.
ארום 12:05 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד בית מרדכי, נאך מעריב האט הילד מרדכי דוב בן הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי כתה ט' אנהייב זמן אין פארשעי.