בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ג2/19/2023

באריכט
שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי

שב''ק פרשת משפטים - שקלים, מברכים חודש אדר, שבת לפני הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע, אינערהאלב די מסע הקודש און שבת ישיבה של מעלה.

בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת 'ישיבה של מעלה', א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון דער גרויסער ראש הישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינאיינעם מיט די קרוב צו 400 תלמידים פון די 6 ישיבות הקדושות פון ארה''ק און אייראפע, וואס האבן צום ערשטן מאל געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענער שבת בצל הקודש, ווי דער רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און פארברענגט פאר לענגערע שעות מיט די תלמידים פון אויסלאנד, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו, רבותינו הקדושים העצי התמרים זיע''א, ווי רבותינו הק' האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש פאר לאנגע יארן ובפרט בהרבצת התורה לתלמידים.

עס איז שווער און נישטא קיין ווערטער אראפצוברענגן די געהויבענע געפילן פון די הונדערטער תלמידי 'ישיבה של מעלה' נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק, וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע מאורעות און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.

ערש''ק ביים זמן הדלקת הנירות האט רבינו שליט''א געצינדן די נירות שבת קודש בהיכל ביהמ''ד עצי התמרים.

ארום 15 מינוט נאכן זמן איז פארגעקומען א דרשה פתיחת השבת פאר אלע בחורים דורך הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו הק' באנטווערפן.

פרייטאג צונאכטס ארום 6.20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און מאריך געווען א לענגערע צייט בבכיות נוראות ובתעוררות רב. קבלת שבת הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק. מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.

נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און במאור פנים געוואונטשן גוט שבת פאר אלע תלמידים אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד.

דערנאך האט הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער האט אהנגעפירט און אויסגערופן די סדרים במשך דעם שבת.

תיכף דערנאך זענען אלע בחורים אראפ בהיכל השולחנות מעביר סדרה זיין, און דערנאך איז פארגעקומען א שיעור נפלא דורך הרה''ג ר' יואל לאנגבערג שליט''א מגי"ש בישיבתינו הק' בלאנדאן.
דערווייל איז דאס ביהמ''ד אויסגעשטעלט געווארן צום ערישה"ט מיט פלאטפארמע'ס אויף אלע 3 זייטן אז אלע בחורים זאל קענען מיטהאלטן, אויף יעדענס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכע זמירות מיט די קונטרס אימרא טב"א לשב"ק, מיט ספעציעלע חלה דעקלך וכדו'.
דאס גאנצע ביהמ"ד הגדול פון עק צו עק איז געווען אויסשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן.
ביי אלע 3 טישן במשך דעם שב"ק איז טאקע געווען פול דאס ביהמ"ד עד אפס מקום, און יעדער איז געזיצן, די סערווירערס זענען געווען בלויז חסידישע בחורים, ולא יתערב זר במחנינו.

ארום 9:10 זענען די הונדערטער בחורים אריין, מען האט יעדן מסדר געווען מיט פלעצער, מיט א סדר מיוחד פון קארטלך דורך די חשובע מנהלים וואס מען האט אויסגעטיילט א ספעציעלע קארטל יעדער ווי זיין פלאץ איז, עקסטער האט מען ביי די זייטן פון אויבן אהן מסדר געווען די כלי קודש און די עטליכע נדיבים בעם וואס האבן פינאנצירט דעם שבת 'ישיבה של מעלה'.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור און האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 5 שעה!

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ובאש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב ני"ו רבינו שליט''א האט געמאכט קידוש און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור.

במשך די סעודה צווישן די מאכלים, פאר די פיש, זופ, פלייש, און נאך די פלײש האט רבינו שליט''א געזאגט 4 מאל תורה און אויסגעטייטשט די ארבעה נזיקין שור, בור, מבעה, והבער, מיט הערליכע פשטים בדברי דרוש מיט א המשך פון איין תורה צום צווייטן, אנגעפוהלט מיט מוסר און חיזוק.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים פאר שעות אריכות און צוויי מאל האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודים, אויך האט מען געזינגען עטליכע פאצייטישע לידער אויף אידיש בקשר שבין ישראל לאבינו שבשמים בימי השובבי''ם, בהתעוררות רב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' מרדכי יאזעף שליט''א מנהל ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק.

נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געזאגט תורה א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און עשה לפני הדיבור.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה בבני ברק, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו באנטווערפן נכד מרן הקדושת יו''ט זיע''א.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט שבט.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער.

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.

אור פניך לכבוד שבת שקלים: הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' ירושלים עיה''ק, וואס איז געזונגן געווארן בהתעוררות ובדביקות.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' ישראל קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ובאו כולם און נעשה ונשמע. מען האט געענדיגט ארום 2:05.

נאכ'ן טיש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק, און האבן זיך מפלפל געווען מיט רבינו שליט''א אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן אויף די שיעור סוגיא פון פרייטאג אינדערפרי א לענגערע צייט, און דער רבי האט שטארק מפליא געווען זייערע ידיעות און עמקות.

אויך האט הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט''א מגי''ש בישיבה גדולה בני ברק געברענגט א בריוו פון רבו הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט''א ראש ישיבת סלובדקא א חידוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן וואס ער האט אים געשיקט לכבוד דעם שבת 'ישיבה של מעלה; ווי ער האט געהערט אז דער רבי וועט פראווענען דעם שבת מיט די בחורים און עוסק זיין אין די סוגיא, אינעם בריוו באציעט ער זיך אויף דעם שב"ק אין סיגוט, און ער איז דורש בשלומו פון מרן כ"ק רבינו שליט"א און פירט אויס מיט א ברכה. לעומתו ברוך יאמר האט כ"ק רבינו שליט"א צוריקגעשיקט א פריסת שלום וברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴