רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. הב' הבר מצוה נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. בן הר"ר יואל בערקאוויטש שליט''א. ב''ר יצחק אליקים שווארץ הי''ו. ב''ר יודא ארי' לאנדא הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל הנחת תפילין פאר נכד רביה''ק זיע"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן זיידן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און פאר אלע בר מצוה בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אפרים שלמה ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אלעזר זאלצער הי"ו. ב"ר פישל סופר הי"ו. ב"ר וואלף פערל הי"ו. בן הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א. ב"ר יעקב בר"ח פארקאש הי"ו. ב"ר יואל גאלדבערגער הי"ו. ב"ר ארי' בר"מ פערל הי"ו. ב"ר יואל קאפפעל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
נאכמיטאג ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנציון קליין הי"ו - ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו, באולם כינור דוד.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: ר' שמעון ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו (קר"י).
ארום 1:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה ר' שלמה יודא וויינבערגער הי"ו (קרית טאהש). נאך מנחה האבן זיך אנ''ש געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעביים הי''ו פארן אוועקגעגעבן דעם ביהמ''ד און די מקוה פארן רבי'ן ולטובת אנ''ש הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, און ארום 2:45 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
אויפן פליגער האט רבינו שליט''א במשך דעם גאנצן וועג עוסק געווען בעיון רב בספרי הראשונים אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', דער רבי האט געשריבן חידו"ת, און אויך צוגעצייכנט פארשידענע מראה מקומות אין די סוגיא וואס זאל געשיקט ווערן פאר די מנהלי הישיבות אין אר"י און אייראפע, כדי די תלמידי הישיבות זאלן קענען עוסק זיין דערין במשך די סדרי הלימוד איידער מ'פארט צום געהויבענעם שב"ק 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט אויף שבת שקלים הבעל"ט, און אזוי אויך אין די געפלאנטע סדרי הלימוד במשך די ימים הנעלים ווען די תלמידי הישיבות וועלן וויילן בצל הקודש, און די שיעורים וואס רבינו שליט"א וועט דארט משמיע זיין אין אט די סוגיא פאר די הונדערטער בחורי חמד, באותו מקום ווי אבותיו הק' האבן מרביץ תורה געווען לאלפי תלמידים הגונים וישרים.
ארום 9:45 האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם טוטער - בארא עירפארט, און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין עירפארט.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, און ארום 11:00 אנגעקומען בבית הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א ע"פ אשתו הרבנית ע"ה ובני המשפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מ"מ בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג יצ"ו, לרגל נישואי בתו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק געפארן לבית האבלים ווי דער רבי האט פארברענגט פריוואט מיט מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און די קינדער, פון דארט איז דער רבי אין א שפעטע שעה אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' דוד מארמארשטיין הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו (קר"י). פתיחה: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו (ב"פ), בעל קורא: הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו (שיכון סקווירא), לוי: ר' יחזקאל היימליך הי"ו (מאנסי), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם שמואל יעקב פריעדמאן הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י).
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' יואל בר"מ פערל הי"ו (קר"י), צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
זונטאג
ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי''ו. נאכן דאווענען האבן די געסט פון שבת זיך געזעגענט.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו. צווישן מנחה מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד. פאר מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב. נאך מעריב האבן זיך געזעגענט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday8 Shevat 57831/30/2023
Report
שב''ק פרשת בא יומדהל''ק פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת און געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא, און הבו לה' געזאגט פסוק בפסוק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:40. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא), מנוחה ושמחה: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א בן האדמו''ר מסאלקא מאנסי.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד', ברכהמ''ז : נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל הילולא זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד', אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלטר וועבערמאן שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:25.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פאר פסוקי דזמרה האט דער רבי געזאגט קדיש און צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה נכדו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, און צו שחרית צוגעגאנגען צום עמוד.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב האפמאן הי"ו (לאנדאן). בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: ר' מאיר גראס הי"ו, לוי: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א רב קהל בית ישראל סידערהוירסט, שלישי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו אינאיינעם מיט זיין שוואגער הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' אפרים פישל קיש הי"ו (ב"פ), הוספות: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו (קר"י), נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א, אחרון: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:55. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו מנחה און נאך קדיש געמאכט א עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י), בעל קורא: הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר"י).
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און מען האט געזינגען דעם נענועים ניגון פונעם בעל הילולא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו (ב"פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא לאמר' און געטייטשט אז א איד ווערט באשאפן מיט א צלם אלקים און אזוי ווערן זיינע תפילות נתקבל, אבער אז מען איז חלילה פוגם פארלירט מען דעם צלם אלקים און מען קען נישט מתפלל זיין און מונע זיין גזירות רעות פון אידישע קינדער, מען טראכט אריין עס איז שוין אדורך האלב פון די ימי השובבי''ם וויפל בעסער איז מען שוין געווארן, צו האט מען שוין צוריק באקומען דעם צלם אלקים דורך תשובה כל העבר וקבלה על העתיד, שבת איז גימטריא יפה תואר און איז מסוגל צוריק צובאקומען דעם צלם אלקים, און אזוי אויך דורך גיין אין מקוה קען מען אפוואשן דעם פנים און די תפילות ווערן נתקבל. ידיד נפש: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א, קל מסתתר: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית חב''ד צום שלחן הטהור לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. ביי די פיש האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד' געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה וואס מען האט מסיים געווען במסגרת הישיבה. מען האט געזינגען די זמירות למוצש"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן זכותו יגן עלינו. ביי די סעודה האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין אריזאנע, און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און ארויסברענגענדיג דאס חשיבות און גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און ממשיך געווען בסיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו. נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען.
זמנים לשב''ק פרשת בא בצל הקודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאלעפארניע
שקיעה הנראית בערך בשעה: 4:07. הדלקת הנירות: 4:57. שקיעת החמה בשעה: 5:12. התפילות וסעודת שלישית יתקיימו בביהמ"ד בית חב"ד דפאלם ספרינגס. -250 E Palm Canyon Dr.-
מנחה וקבלת שבת בשעה: 5:45. זמירות ודברי תורה אצל עריכת שלה"ט של כ"ק מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש בערך בשעה: 9:40. -1595 S Calle Rolph- שחרית בשעה: 9:30. מנחה ושל''ס בשעה: 5:45. זמן מוצש"ק בשעה; 6:26.
אנגעהויבן בערך 9:40 ניו יארקער צייט וועט מען קענען מיטהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
קול סאטמאר 845-951-1110 בעק-אפ נאמבער 351-888-7117
מוצש''ק ארום 10:00 וועט רבינו שליט''א מאריך זיין שלחנו הטהור אין ביהמ"ד בית חב''ד, סעודת מלוה מלכה לרגל די יומדהל"ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי''ו. פתיחה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד'. כהן: הרה"ח ר' מאיר הערמאן הי"ו (מאנסי). לוי: הרה"ג ר' יואל הערש ראטענבערג שליט"א מסאלקא מאנסי. שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבה ישיבה גדולה שיעור ד'. גלילה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי. נאכן דאווענען האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה, וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב"ק בצל הקודש.
פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
בערך אים 8:00 אזייגער איז האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אהנגעקומען אויף א ביקור גומלין לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, ווי ס'האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בקורות הדורות לבית סיגוט - וויזניץ, רבינו שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז די גאס.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו (מאנסי). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הרבי ר' זושא זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג ר''ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען בהתעוררות רב. פתיחה: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' פנחס מנחם בערקאוויטש הי"ו, שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג). מוסף: הר"ר אלעזר אייכענשטיין שליט"א (וומסב''ג) בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
נאכמיטאג אים 3:30 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צו די דעזערט האט ספרינגס געגענט ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חנוכת המקוה טהרה אין ביהמ"ד קערעסטיר וואס שטייט אינטער די השגחה פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א. צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום מקוה טהרה און זיך אומגעקוקט אויף די הידורים פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט מאנסי רב שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די אידן וואס האלטן זיך אויף אויף אפרוה דארט אין די געגענט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר אבד''ק מאנסי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחום פריעדמאן הי"ו (קר"י), און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. ביי די מסיבת לחיים האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע וויילט דארט אויף אפרוה, און ער האט זיך ווארעם באגריסט מיטן רבין, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון בויען א מקוה טהרה און די השפעות וואס קומען אראפ דורכן מרבה זיין טהרה בישראל, און האט מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, און האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאכן מעמד האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אינאיינעם מיט האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א לבית אכסנייתו אויף א ביקור קודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער נסיעות לקברי צדיקים, און הלכות מזוזה, האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז רבינו שליט"א צוריקגעפארן קיין פאלם ספרינגס. פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
זונטאג
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו (מאנסי). בעל תפילה: הר"ר דוד חנני ווייס שליט"א (קר''י). נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' שלמה מנשה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר''י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה נחום פאשקעס הי"ו (וומסב''ג). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט. דערנאך האבן א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, הב' יואל ב''ר לייביש פריעדמאן הי''ו (בני ברק), הב' מרדכי בן הר''ר חיים אליעזר דאווידאויטש שליט''א (קר''י), הב' יונה בן הר''ר יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א (קר''י), הב' לוי יצחק ב''ר אברהם שפילמאן הי''ו (בני ברק), הב' יושע ב''ר בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן קיין פאלם ספרינגס.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד חיזוק פאר די חברת טהרינו תלמידים פון ת''ת חדר דלאס אנדזשעלעס, א קבוצה פון צענדליגער תלמידי הת''ת וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די שמחה אז עס זענען שוין דא קינדער אין לאס אנדזשעלעס מיט פיאות און ארומגערעדט דברי הדרכה נזהר צו זיין בקדושת התפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים און קינדער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday3 Shevat 57831/25/2023
Report
יום ב' בקרב קהלתינו הק' בבני ברק יצ"ו
שלוחי קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכן בקרב מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו. ביים פארהערן די ילדי התשב"ר, און דערנאך ביים מעמד קבלת פנים ווי עס האט אויפגעטרעטן: הרה"ג ר' יצחק בראך שליט"א מנאנאש. הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו לאנדאן. הרה"ג ר' יצחק ברוך שיף שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'. חרוזים דורך א תלמיד הת"ת. די תפילה פון תשב"ר על טהרת הקודש לזכות פון די שלוחי קודש. משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. ווי אויך האבן די געסט פארטיילט א מתנה א זמירות לב אהרן פאר די ילדי התשב"ר.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Monday1 Shevat 57831/23/2023
Report
שב''ק פרשת וארא מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
פרייטאג צונאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10. דער ציבור אריבער געגאנגן גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור במלאכת שבת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ב' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא פערלשטיין הי"ו (ב"פ), נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל דעם שלום זכר פון א אייניקל ביי הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 11:05.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף וואסערמאן הי"ו (מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הר"ר אשר אנטשיל זעלטנרייך שליט"א (ב''פ) בן האדמו"ר מטשאקאווא קערעסטיר שליט"א. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: ר' בנציון אפסטפעלד הי"ו, שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, חמישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו (וומסב''ג), הוספות: הרה''ח ר' שלום משה הערצאג הי"ו, הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הב' בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו (קר"י), מפטיר: הב' הבר מצוה יושע ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, גלילה: ר' יואל ברא"ד גליק הי"ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגן צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זיע"א וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 5:40. מנחה הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נאקת בנ''י ואזכור את בריתי', און געטיישטש אז כדאי צו קענען תשובה טוען כדבעי וכראוי בימי השובבי"ם איז דא די עצה פון בעלזער רב ז''ל פון תשובה מיט תפילה, וואס מיט דעם ווערט נתקבל די תשובה אויף יעדע חטא, אבער אז מען איז פארפלאנטערט אין ארציות איז פארשלאסן די כח התפילה, אבער פארדעם איז דא די עצה פון ראפשיצער רב ז''ל צו מתפלל זיין בקול גדול, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעורורות מען איז שוין אדורך א דריטל פון די ימי השובבי"ם, מען דארף מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן אין די וואכן, מען דאווענט מיט א ברען און מען זאגט תהילים מיט א קול אזוי האט יעדער איד א תיקון.
ידיד נפש: הרב אשר אנטשיל זעלטענרייך שליט"א, קל מסתתר: הרב אלעזר אייכענשטיין שליט"א (וומסב''ג) בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א. מעריב מוצש''ק: רבינו שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
ווי שוין געמאלדן וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אפרייזן בעז"ה צום עיר האבות סיגוט, און וועט פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א ביומא דהילולא קדישא כ''ט שבט וואס פאלט אויס ביום ב' תרומה הבעל''ט.
יעצט אויפדערנאכט זענען אראפגעפארן קיין סיגוט הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט''א מנהל השוהל-הויף און הרה''ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי''ו, מסדר זיין אלע פרטים פון די הילולא קדישא מיט די מעמדים בימי ההילולא על צד היותר טוב.
די ברייט באקאנטע טרעוועל פירמע ללכת פלאנירט א קורצע נסיעה מיט אלע צוגעהערן צו די גרויסארטיגע הילולא קדישא: https://lalechet.com/siget
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday27 Teves 57831/20/2023
Report
זמנים לשב''ק פרשת וארא בצל הקודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאלעפארניע
שקיעה הנראית בערך בשעה: 4:00. הדלקת הנירות: 4:50. שקיעת החמה בשעה: 5:05. התפילות וסעודת שלישית יתקיימו בביהמ"ד בית חב"ד דפאלם ספרינגס. -250 E Palm Canyon Dr.- מנחה וקבלת שבת בשעה: 5:40. זמירות ודברי תורה אצל עריכת שלה"ט של כ"ק מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש בערך בשעה: 9:30. -1595 S Calle Rolph- שחרית בשעה: 9:30. מנחה ושל''ס בשעה: 5:40. זמן מוצש"ק בשעה; 6:19.
אנגעהויבן בערך 9:30 ניו יארקער צייט וועט מען קענען מיטהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
קול סאטמאר 845-951-1110 בעק-אפ נאמבער 351-888-7117
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען, און הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר"י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד, פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט זיין לאנג יעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, און עס האט זיך פארמירט א רייכע ידידות'דיגע שמועס. בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, פתיחה: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מאיר מרדכי דוד אונגאר שליט"א (ב"פ), גלילה: הרב שלום הורוויץ הי"ו ( וומסב''ג).
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר''ר אלכסנדר נחום גאטליעב שליט''א (קר''י).
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 10:30 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן בנאות דשא מיט געציילטע אידן מנכבדי קהלתינו, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א און פון הגה''ק החתם סופר זיע''א.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר''י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י), נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הבעל התניא זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער חסידות בזמן בעל התניא און איבער לערנען דקדוק און תנ"ך.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר''י). נאך מנחה האט הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א שלום גענומען פון רבינו שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו (קר''י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
מאנטאג
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר"י), פתיחה: הרה"ח ר' בנימין יצחק גליק הי"ו (קר"י), כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק לייב פייערווערקער הי"ו (קר"י).
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday23 Teves 57831/16/2023
Report
זונטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו ( וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:05. דער ציבור איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פאר'ן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקם מלך חדש על מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו לא בטיל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ' טבת.
קה רבון עלם: הר''ר ישראל משה לאנדא הי''ו (קר"י), נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, געמאכט אן אפיעל פארן ארטיגן ביהמ''ד.
הוצאה והכנסה: הרב אברהם הערש אייזענבערגער שליט"א (שיכון סקווירא), פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הבה''ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד הי"ו (קר''י), שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב ב''פ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר די 2 אייניקליך. הולדת הבן ביי הרב שלום יחזקאל רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד עצי חיים סיגוט שליט''א. הולדת הבת ביי הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין קר"י, ויקרא שמה בישראל בלומא טויבא נאך די באבע די טשערנאבילער רביצין ע''ה.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק קר''י, הוספות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א, הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ''ץ שיכון סקווירא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (שיכון סקווירא). מען האט געענדיגט ארום 12:25. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:40. מנחה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י), כהן: ר' יקותיאל פנחס פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
זמירות ביי של''ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה שמות בני ישראל' און געטייטשט אז פרעה האט פראבירט מכשיל צו זיין אידן מיט ראיות אסורות ווייל ער האט פארשטאנען אז פון איין מחשבה אסורה ווערט באשאפן כוחות רעות וואס איז מונע תשובה, אבער המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים, די דריטע סעודה פון שבת איז קעגן יעקב, דורכן מענג זיין דעם שבת בפרט סעודה שלישית נחלת יעקב כמנהג חסידים ואנשי מעשה, קומט יעקב אבינו וואס ווערט אנגערופן ישראל ווייל ער האט זיך געשלאגן מיט א מלאך און ער קומט צו הילף אין אזא מצב וואס א מענטש קען שוין נישט מיט זיין אייגענע כוחות, פארדעם האט פרעה געוואלט מבטל זיין שבת, יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מיוחד צו מתקן זיין אלע פגמים דארף מען זעהן מאריך זיין בסעודות שלישית, אידן זאלן זיצן בצותא חדא בכסופין והתעוררות קדושה, מוסיף זיין מחול אל הקודש, אזוי קען מען צוקומען צו די ריכטיגע התבננות און צו שלימות'דיגע תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.