בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday1 Shevat 57831/23/2023

Report
שב''ק פרשת וארא מברכים חודש שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ווען סאיז די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10. דער ציבור אריבער געגאנגן גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:30.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נעקת בני ישראל' און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור במלאכת שבת.

קה אכסוף: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ב' שבט.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא פערלשטיין הי"ו (ב"פ), נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל דעם שלום זכר פון א אייניקל ביי הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 11:05.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף וואסערמאן הי"ו (מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הר"ר אשר אנטשיל זעלטנרייך שליט"א (ב''פ) בן האדמו"ר מטשאקאווא קערעסטיר שליט"א.
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: ר' בנציון אפסטפעלד הי"ו, שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, חמישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו (וומסב''ג), הוספות: הרה''ח ר' שלום משה הערצאג הי"ו, הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), אחרון: הב' בנימין זיידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו (קר"י), מפטיר: הב' הבר מצוה יושע ב"ר יוסף וואסערמאן הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו, גלילה: ר' יואל ברא"ד גליק הי"ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און צוגעגאנגן צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זיע"א וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 5:40. מנחה הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וגם אני שמעתי את נאקת בנ''י ואזכור את בריתי', און געטיישטש אז כדאי צו קענען תשובה טוען כדבעי וכראוי בימי השובבי"ם איז דא די עצה פון בעלזער רב ז''ל פון תשובה מיט תפילה, וואס מיט דעם ווערט נתקבל די תשובה אויף יעדע חטא, אבער אז מען איז פארפלאנטערט אין ארציות איז פארשלאסן די כח התפילה, אבער פארדעם איז דא די עצה פון ראפשיצער רב ז''ל צו מתפלל זיין בקול גדול, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעורורות מען איז שוין אדורך א דריטל פון די ימי השובבי"ם, מען דארף מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן אין די וואכן, מען דאווענט מיט א ברען און מען זאגט תהילים מיט א קול אזוי האט יעדער איד א תיקון.

ידיד נפש: הרב אשר אנטשיל זעלטענרייך שליט"א, קל מסתתר: הרב אלעזר אייכענשטיין שליט"א (וומסב''ג) בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
מעריב מוצש''ק: רבינו שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.

נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין בבית האכסניא פון הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, אב"ד היבנוב האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️