בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש אין מאנטשעסטער - שבת שקלים אדר תשפ''ב

כ"א אדר א' תשפ"ב – כ"ז אדר א' תשפ"ב · 79 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מיטוואךכ"ב אדר א' תשפ"ב2/23/2022

בילדער · 14
מסיבת לחיים ומעמד קבלת פנים נאך שחרית דורך די אריבער 500 תשב''ר במוסדותינו הק' במאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ביי תפילת מעריב בבית האכסניא

▫️סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ב'

מיטוואך נאכמיטאג אום 5:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בבית האכסניא.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור ידידות אין שטוב פון הגה''צ אבד''ק ור"מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א, עס האט זיך פארצויגען א לענגערע לומדישע שמועס בעניני הלכה ובסיפורי צדיקים פאר אריבער א האלבע שעה, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי שליט"א האט ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, ווי עס האבן זיך אויך באטייליגט די ראשי ק"ק מחזיקי הדת, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס בעניני הלכה איבער פארשידענע אינטערסאנטע שאלות, דער גאון האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:00 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש תושבי מאנטשעסטער ביז אים 11:30.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין שטוב פון הרה''ג ר' דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב ביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ"ץ מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים וזכרונות מימי קדם, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה קטנה במאנטשעסטער ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די נאנט צו הונדערט בחורי הישיבה ובהשתתפות הגה"צ אבד"ק ור"מ מאנטשעסטער שליט"א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און גומל געבענטשט, נאך קדיש זענען די פולע געסט מעבר לים אריבער גומל בענטשן.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, עס האט זיך אויך באטייליגט הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב - בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א, און האט איבערגעגעבן א מנחת בכורים פארן רבין פון 4106 שעות רצופות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים אין די לעצטערע וואכן, און איבערגעגעבן א כוללת קוויטל פון אלע נעמען.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב שליט"א די מרביצי תורה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש צום ערשט א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, לערנען בהתמדה און מיטן מח, וואס עס מיינט א ערליכע חסיד'ישע בחור, אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, זיין אפגעהוטען פון די כלים טמאים, מידת החסד, און נישט רעדן מיט תפילין, און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די חשובע מתנה פון די שעות רצופות פון די בחורים, און דערמאנט דעם שם טוב וואס די ישיבה טראגט, און דערנאך באגריסט אב"ד טשארטקוב בעל אכסניא פון די ישיבה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים, מען האט געענדיגט ארום 1:20.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבנין התלמוד תורה, צום ערשט איז דער רבי ארויף אין אלע שטאקן און אריין אין אלע כתות פון אלע יארגענג, דער רבי האט זיך אומגעקומט מיט א גרויס קורת רוח און פאהערט די קינדער. דערנאך איז דער רבי אריין אינעם ביהמ"ד ווי עס זענען געזעהן פארזאמעלט די קינדער פון כתות ז' ח' מען האט געזונגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט תעודות פאר די קינדער וואס האבן זיך פארהערט די לימודים.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער צום דערנעבענדיגן בנין הת"ת 'בית ישעי זאב לעוו' צום ערשט איז דער רבי אריין אין די כתות פון קינדערגארטן די קינדערלעך האבן געזינגען נגונים. דערנאך איז דער רבי ארויף אין ביהמ"ד פון מכינה לישיבה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע כיתות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קורת רוח און פארהערט די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:05.

שפעטער וועט רבינו שליט"א באזוכן בבנין הישיבה החדש, און אינעם בית רחל.

און 5:30 וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה און פון 9:00 אויפדערנאכט וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה לאנ''ש תושבי אייראפע.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
חלק ב' בילדער מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער יצ''ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

https://t.me/Satmara_Niyes
בילדער · 2
רבינו שליט''א ביי תפילת מנחה בבית האכסניא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
נאך בילדער פונעם ביקור ידידות בבית הגה''צ אבד''ק ור''מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
נאך בילדער פונעם באזוך בבית הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א בביקור בבית הגאון רבי מרדכי דוב ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
רבינו שליט"א ווערט געפירט אין די אויטא פון הרבני הנגיד מו"ה חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מנכבדי ונדבני קהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט''א גייענדיג צו תפילת שחרית היינט בהיכל ישיבה קטנה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים און פארהערן די בחורים ביים אנקומען אין ישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה