זונטאג פר' ויצא 7:15 פארנאכטס אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ארויף אויפן פליגער ווי דער רבי ווערט שוין אפגעווארט דורכן גאנצן ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען אין עריפארט אויפן וועג אהיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
זונטאג פר' ויצא פארנאכטס 7:42 (1:42 ניו יארקער זייגער) אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה אויפן וועג אהיים פונעם מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין נוארק עריפארט ארום 10:30 ניו יארקע זייגער.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי
שב''ק פרשת תולדות בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע אינערהאלב די מסע הקודש 'ושבתי' לרגל די חנוכת הבית פונעם פראכטפולען בנין ביהמ''ד הגדול עצי התמרים בנין ישעי' זאב לעוו בעיר האבות סיגוט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטאָרישן שוהל הויף.
שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת איז אפגעראכטן געווארן בהתרגשות ובהתרוממות עילאה, א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי''ע אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט.
אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
=חלק א'=
לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך
פרייטאג ערש''ק בפניא דמעלי שבתא איז פארגעקומען די מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום אמאליגן תורה צענטער ביהמ''ד עצי התמרים צום ערשטן מאל נאכ'ן ביטערן חורבן, בנדבת לבו פון הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו ומשפחתו מיקירי אנ''ש בבארא פארק.
ארום 3:40 איז רבינו שליט''א ערשינען בבגדי שבת, מען האט געזונגען ניגונים בהתעוררות רב ובפרט ביים זינגען דעם אהבה רבה אויף די ווערטער, ווי רבינו שליט''א האט מיטגעזונגן בבכיות נוראות. אויך האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דברי חרוזים לכבוד המאורע החזן ר' ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל.
דערנאך האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו און אביו הרה''ח ר' מנחם שלמה הי''ו פון לאנדאן אריינצושרייבן די אותיות, און נאכדעם האט רבינו שליט''א גומר געווען די ספר תורה.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלוקים משמני הארץ" און געטייטשט אז ווען מען געט אריין א ספר תורה איז עס משפיע פרנסה. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט הרגשי קודש פון די גרויסע שמחה ווען מען איז צוריק מחנך דעם מקום און מען געט אריין א ספר תורה, און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פארן חשובע נדבן און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד. נאך עטליכע מינוט איז הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן געגאנגען גלילה און רבינו שליט''א האט אנגעטוהן דעם כתר אויף די ספר תורה און ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש. ביים זמן שב''ק האט מען אויסגעלאשן די מוזיק און מ'האט ווייטער געטאנצן פאר לענגערע מינוטען.
נאכן מעמד סיום כתיבת ספר תורה האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א בגודל קדושת המקום והזמן, און ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום דאווענען האט נאך דער רב ממשיך געווען עטליכע מינוטן.
אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו. איידער רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א.
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עשה''ט אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין און אנגעהויבן שלום עליכם מיט א אש להבה כדרכו בקודש.
אשת חיל: נכד רבינו החתן אשר אנשיל אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרבני הנגיד ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו פון לאנדאן.
במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען הערליכע ניגונים לכבוד שב"ק אנגעפירט דורך די 'סאטמארע קאפעליע'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואלה תולדות יצחק בן אברהם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני הקהילה ומשפיע רוחני בביהמ''ד בנין בראך, ברהמ''ז: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט מקורות ימי עיר סיגוט בצל רבותינו הקדושים מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים זי''ע פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה.
קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ בוומסב''ג. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' דוד ארי' ווייס שליט''א מו''ץ בקהלתינו לאנדאן בן אבד''ק לאנדאן שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
באריכט שב''ק פרשת תולדות שבת חנוכת הבית בעיר האבות סיגוט בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
=חלק ב'=
וביום השבת קודש
עס איז געווען ספעציעל געדרוקטע סידורים, קונטרס הגליונות און א ספעציעלע גליון מגדל פון מערכת 'קול התאחדותינו' לקראת דעם גרויסן שבת.
רבינו שליט''א האט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה אזוי ווי שמחת תורה ביי די הקפות פאר א לענגערע צייט בהרגש קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך האט מען פארקויפט אלע עליות און כיבודים אריינגערעכנט די עלי' פון שישי לכבוד רבינו שליט"א, וואס האט זיך פארקויפט יעדע איינס פאר אסטראנאמישע סכומים.
הוצאה והכנסה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א, פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרב מנשה הורוויץ שליט''א נכד רבותינו הק', שלישי: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו - נדבן הס''ת, חמישי: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, אחרון: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא גאלדשטיין הי''ו.
מוסף: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל גרינפעלד הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א קידוש געמאכט פריוואט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די משפחה פונעם נדבן הספר תורה.
כמעשיהו בליל שב"ק האט מען די סעודת עתיקא קדישא אויך געגעסן בצותא חדא ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישער שאטער.
די משוררים האבן געזונגען הערליכע ניגונים מיטן עולם במשך די סעודה.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן חי' ה'. און מיט די זמירות מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, ברוך קל עליון: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, יום זה מכובד: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו.
נאך די זמירות האט רבינו שליט''א נאכאמאל דערציילט א לענגערע צייט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק' זי''ע לבית סיגוט, מיט היסטארישע דעטאלן. ברהמ''ז: הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
באריכט שב''ק פרשת תולדות שבת חנוכת הבית בעיר האבות סיגוט בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
=חלק ג'=
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:35, מנחה: נכד רבינו הר''ר אלעזר ט''ב שליט''א פון לאנדאן, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו, כהן: הרב יואל מייזליש הי''ו פון וויען, לוי: הרה''ח ר' אלי' זאב לעווי הי''ו פון וויען / בני ברק, שלישי: הרה''ח ר' אביגדור לאנגבערג הי''ו פון לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יחזקאל ראטער הי"ו (מנהל מוסדותינו בני ברק).
נאכן דאווענען האט זיך דער עולם געוואשן צו של''ש אינטען אין היכל השלחנות, נאכדעם איז פארגעקומען של''ש בהיכל הביהמ''ד.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה''ק דקהלתינו לאנדאן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה ארי'פריינד הי"ו סגן ראה''ק דקהלתינו לאנדאן. אודה האט מען געזינגען אויפן נענועים ניגון פונעם הייליגן עצי חיים זי''ע.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה''' און געטייטשט אז שב''ק איז משפיע אהבת השם און דורך דעם קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה. די זעלבע בחינה איז מיט תלמידי חכמים וואס זענען בבחינת שבת, זיי זענען אויך משפיע אהבת השם. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען אז דורך דעם וואס מען איז מקושר צו צדיקים איז מען זוכה צו תשובה מאהבה, און דערנאך ארומגערעדט אז מען איז יעצט במקום שהתפללו בו אבותי רבותינו הקדושים זי''ע וואס בחיים חייתם האבן זיי משפיע געווען יראה מיט אהבה, אזוי אויך לאחר פטירתם זענען זיי משפיע ממילא קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה, און מסיים געווען בברכות קדשו בזכות אבותי רבותינו הק' זי''ע.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו.
דעם חרוז פון קה זכות אבות האט מען איבערגעזינגען עטליכע מאל מיט התעוררות און דערנאך האבן די משוררים געזונגען א נייעם ניגון אויף קה זכות אבות פארפאסט דורכן משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו לכבוד דעם געהויבענעם שבת. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
די ווייטערדיגע באריכט פון מוצש''ק און זונטאג וועט שפעטער נאכפאלגן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
נאך בילדער פון היינט אין אוהעל מקום מנוחת קדשו פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי
באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.
במוצאי יום גילה - מוצש''ק פר' תולדות
ארום א האלבע שעה נאך הבדלה איז געווען צוגעגרייט גאר א רייכע מלוה מלכה פארן גאנצן ציבור אינעם היכל השלחנות.
עס זענען אריבער געקומען צו רבינו שליט''א בביתו נאווה קודש, די מעיאר פון שטאט סיגוט מיט נאך עטליכע באאמטע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיטן בנין די לעצטע שטיק צייט.
אנגעהויבן פון ארום 8:45 איז געווען זמני כניסה ווי די הונדערטער נדיבים החשובים האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך ביי רבינו שליט''א איידער'ן פוקד זיין ציוני רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט זי''ע בפתקא ופדיון בביתו נאוה קודש אינעם היסטארישן שוהל הויף ולעורר זכות אבות באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו הק' בעל ייטב לב זי"ע ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל. די זמן כניסה האט זיך פארצויגן פאר אריבער 3 שעה ביז ארום 11:45. רבינו שליט''א האט מיטגענומען אלע קוויטלעך און עס שפעטער אראפגעלייגט ביי די ציוני רבותינו הק' זי''ע.
צווישן אנדערע איז אריין דער ראש המנהלים פון די מוסדות הק' אין קרית יואל הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו וואס האבן געברענגט קוויטלעך בשליחות אלפי תלמידות פון די הויך-שולע אין קרית יואל מיט קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע.
נהלני לציון קודש גורלי ה' שמע בקולי
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד צום מעמד נרגש מסיבת לחיים והתעוררות הכנה לעליות לציון הק' פון רבותינו הק' זי''ע בעיר האבות סיגוט. די קאפעליע האט געזונגען ווארימע ניגונים און דער גאנצער עולם האט מיט געזונגען. דערנאך האט דער בארימטער חזן הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל פארגעזונגען גאר ווארימע דברי חרוזים בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בדמעות שלוש וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א גאר התרגשות'דיגע אטמאספערע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה''' און דערמאנט דעם קדושת יום טוב, אז הקב''ה איז א שומר משמרתו של תורה, און איז מקיים דעם את השם אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, ממילא איז הקב''ה גוזר וצדיק מבטל, און צדיק גוזר והקב''ה מקיים, ווייל די רבש''ע איז מקיים רצון צדיק. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען אז דאס איז די ברכה וואס יצחק האט געבענטשט יעקב אז א צדיק זאל האבן א כח און עס ווערט נמשך עד סוף כל הדורות. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז צדיקים וואס האבן געפויעלט ישועות בחיים חייתם האבן נאך א גרעסערע כח יעצט, ווייל גדולה צדיקים במיתתם יותר מבחייהם. בפרט פאר די תלמידי תלמידים וואס קומען צו קברי אבות מתפלל זיין.
דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט בכיות עצומות ''מען גייט יעצט ארויס אויפן ציון און מען גייט מתפלל זיין. אונז בעהט מיר אונזער הייליגע רבי'ס 'אנא התפללו בעדינו' זיי זאלן מתפלל זיין פאר אונז פאר אונזער משפּחה פאר כל הנמצאים פה און פאר זייער משפחה פאר כל אנ''ש בכל רחבי תבל זאלן געבענטשט ווערן בכל טוב שטענדיג. צרכי עמך ישראל מרובים און עס איז דא אזויפיל לבבות נשברות וואס זיי האפן און קוקן ארויס צום רבש''ע אויף ישועות שונות. ישראל מאמינים בני מאמינים גלייבן אז עס דא א כח ביי די צדיקים, די צדיקים אבותי הקדושים זאלן משפיע זיין ברכות וישועות די מחסורה אשר חסר להם. יעדער איינער ווייסט רש''י זאגט 'וזכרתי את בריתי יעקב ואף את בריתי יצחק ואף את בריתי אברהם אזכור' זאגט רש''י יעקב כדי לעצמו יצחק כדי לעצמו און אברהם כדי לעצמו, "אונז גיימיר דא ארויס אויפן ציון, די זיידע ז''ל די ייטב לב איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די עצי חיים איז כדי לעצמו, די אוהעלער רב ז"ל איז כדי לעצמו". עמך ישראל צריכים פרנסה אידישע קינדער דארפן פרנסה בהרחווה גדולה ובניקל, אידישע קינדער דארפן ישועות, אידישע קינדער ווילן געהאלפן ווערן בברכת הבנים ''ווער נאך ווי די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט וואס ער האט מיטגעמאכט דעם צער וואס ער ווייסט און פארשטייט וואס עס מיינט ווען א אידישע שטוב פעלט ברכת הבנים, ווען מ'איז עומד ומצפה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט און די זיידע ז''ל די עצי חיים האבן אסאך מיטגעמאכט אין צער גידול בנים, סאיז זיי ל''ע אוועק קינדער בחייהם, זיי ווייסן וואס עס מיינט ל''ע ווען עלטערן באגלייטן ארויס א קינד מחיים למוות. אידישע קינדער קומען דא מיט בקשות פון חולי ישראל פון קליינע קינדער וואס עלטערן קוקן ארויס אויף ישועות און אויף רפואות פאר זייערע קינדער". אבותינו הקדושים האבן מתפלל געווען פאר אידישע קינדער זיי האבן משפיע געווען פרנסה, אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער האבן דאך אזא גרויסע בני בית אין שטוב מען דארף מפרנס זיין, מען דארף חתונה מאכן די קינדער, מען דארף טוהן שידוכים, אידישע קינדער קוקן ארויס מען זאל הערן א גוטע בשורה פאר די קינדער. אידישע קינדער קוקן ארויס צו האבן ערליכע דורות דורות ישרים מבורכים מגדל זיין זייערע קינדער צו תורה לחופה ולמעשים טובים, צו האבן ערליכע דורות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מתוך נחת דקדושה" און דערנאך מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש. מ'האט געקענט שניידן די לופט אין ביהמ''ד, עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג בשעת די רבי שליט''א האט גערעדט.
קה זכות אבות יגן עלינו
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארויף צום אוהל הקדוש ציוני רבותינו הק' זי''ע מיט גרויס התעוררות.
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביי אלע ציונים, און דערנאך אנגעצינדן די נר תמיד ביי די ציונים פון רבותינו הק' זי''ע וואס איז אפגעקויפט געווארן - ביים ייטב לב דורך הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו, ביים קדושת יו''ט דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו , און ביים עצי חיים דורך הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
דערנאך האט זיך דער רבי געשטעלט ביים ציון פונעם ייטב לב זי''ע און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי מורו מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטן און דערמאנט אלע נעמען פון רבותינו הק' מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים און אוהעל'ער רב זכותם יגן עלינו.
דערנאך האט מען אנגעהויבן אמירת התהילים און רבינו שליט''א האט צוגעשיקט אלס בעל תפילה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, מען האט געזאגט די תהילים פון קאפיטאל צ' ביז ק''ז כנהוג. דערנאך האט דער רב שליט''א פארגעזאגט די יהי''ר בקול בוכה ובהשתפכות הנפש בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בבכיות עצומות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן אוהל, און דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזונגען נגוני התעוררות. נאכדעם האט דער רבי שליט''א אראפגעלייגט אלע קוויטלעך, און די קוויטלעך וואס דער רבי האט מיטגעברענגט.
נאכדעם האט זיך רבינו שליט''א משתטח געווען פאר לענגערע מינוטען עקסטער אויף די ציוני הקדושים פון אבותיו מרנן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו''ט, העצי חיים זי''ע.
במשך די צייט האט מען געזונגען די נגוני התעוררות וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון הרה''ק ר''ר הערש זי''ע און די נענועים ניגונים פונעם קדושת יו''ט און עצי חיים זי''ע.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך האט רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט מיטנעמענדיג הויפענעס מיט ישועות ורפואות.
פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.
אנקומענדיג אין שטאט טשענגער האט מען זיך אפגעשטעלט ווי דער רבי האט גענעכטיגט פאר 2 שעה.
ארום 7:45 צופרי איז מרן רבינו שליט''א ארויף אינעם ביה''ח אין שטאט טשענגער ווי עס האט אפגעווארט דעם רבי'ן האדמו''ר מגארליץ שליט''א פון בארא פארק וועלכע האט אפגעקויפט דעם ביה''ח אין טשענגער און האט צוגעשטעלט פארן רבין די אכסניא. רבינו שליט''א איז אינאיינעם מיט האדמו''ר מגארליץ שליט''א ארויף פוקד זיין די ציון הק' פון הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ה' כסלו. דער רבי האט געצינדן ליכט און געזאגט 10 קאפיטלעך תהילים פון קאפיטל צ' ביז ק'.
פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויף א וועג פון 2 שעה צום שטאט אוהעל. די ווייטערדיגע באריכט פון זונטאג אין איהעל וועט שפעטער נאכפאלגן
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
ברוך הבא בשם השם
זונטאג פר' ויצא 11:05 פארנאכטס אין דעי מינוטען האט געלאדנט די טשארטער פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינעם נוארק עריפארט ווי רבינו שליט''א וועט זיך אומקערן למעון קדשו בקר''י.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער אויפן אויפן וועג אהיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
אויפן פליגער אויפן וועג אהיים האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פארברענגט מיט די ראשי הקהילה פאר איבער 4 שעה און דערציילענדיג אלטע זכרונות און סיפורי צדיקים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו ביים אויסלערנען נייע ניגונים אויפ'ן פליגער אויפן וועג אהיים.