בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א

כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021

בילדער · 6
תפילת שחרית היינט און מסיבת לחיים נאכן דאווענען באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
"גיגאנטישע שאטער" ווערט אויפגעשטעלט אין "עיה"ק צפת" צום שבת המרומם במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
הכנות צום געהויבענעם שבת המרומם במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין "עיה"ק צפת".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א עמוד צלותהון דישראל

רבינו נעתר בתפילה בעדינו!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
"ואזכה לראות בנים ובני בנים" יעצט ביים גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די צענדליגע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ויטע אש''ל

פרייזן פון אש"ל פארן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א

>נסיעה 50 שקל,

>אש"ל מלא פארן בלויזן פרייז פון 200 שקל,
>נאר אכילה 50 שקל,
>נאר לינה 150 שקל,

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021

מודעה
נוסעים אנחנו

סדר פון די באסעס
-דאנערשטאג קיין אתרא קדישא מירון (וואס וועט דערנאך פארן קיין עיה"ק צפת)
-ערב שבת קיין עיר הקודש צפת צום היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח -חלק ב' 🌴

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן "ארגון משכינו" און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

ארום 8:30 האט די רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא,
9:45 האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די 'מחנכות ומנהלת' בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק,
ארום 10:15 האט די רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.

שפעטער איז פארגעקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגוני התעוררות נגוני תורה ונגוני ראש חודש, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און געטייטשט בדברי דרוש ופלפול און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה לדעת את המעשה אשר יעשון, בפרט די אחריות וואס די מלמד טראגט אויפן קינד, צווישן אנדערע האט די רבי אויך שטארק ארומגערעדט איבער פאלגן די הנהלה, און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די מלמדים און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט "די שכר פון די מלמדים איז גדול ואין חקר", און געוואונטשן שטארקע ברכות קדשו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "יהא רעוא קדמך דתיפתח ליבאי באורייתא".
*

במשכן טאג איז פארענדיגט געווארן אויפצושטעלן די "גיגאנטישע שאטער" פאר די עריכת השלחנות ביים שבת מרומם "בעיה"ק צפת" במחיצת הקודש, אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטערע פלענער דורך די חשובע עסקני קהלתינו הק' צום געהויבענעם שבת.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
וויכטיגע מודעה מטעם די עסקני וועד האש"ל צום גרויסארטיגן שבת המרומם במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיה"ק צפת.

"היינט 12:00 ווערט פארמאכט די הרשמה!!"
די אלע וואס האבן זיך נאכנישט איינגעשריבן זאלן זיך איינשרייבן ביי די עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, ביז היינט 12:00, נאכדעם וועט מען זיך שוין נישט קענען איינשרייבן, אפילו די אלע וואס האבן געדינגען דירות דארפן זיך עקסטער איינשרייבן פאר די סעודות.

שבת קודש בצל כנפיך יחסיון

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ברוך הבא בשם ה'

היינט נאכמיטאג בארה"ק איז אנגעקומען בשטו"מ קיין "אתרא קדישא מירון" מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בנו הגדול וחביבו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און וועט זיך באטייליגן ביים "מסע הקודש" און די "שבת המרומם" בצל קדשו פון אביו הגדול, שב"ק צופרי וועט די רב שליט"א אפרעכטן די סעודה "עתיקא קדישא" אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק.

יהא בואו לברכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מעמד ההודאה ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
"ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ביים ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ויהי ביום השישי בהיות הבוקר ויחרד כל העם אשר במחנה

מארגן פרייטאג עש"ק ר"ח תמוז וועט פארקומען די "מעמד התעוררות" ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי "באתרא קדישא מירון", בשעה 6:00 וועט מען הערן דברי אלוקים חיים דברי התעוררות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און דערנאך וועט מען אינאיינעם אויסזאגן "כל ספר תהילים" להפקד בדבר ישועה ורחמים.

באשמורת הבוקר קדמנוך תחלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים באזיך ביי הגה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
תפילת מנחה יעצט במעון קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית האכסניא באתרא קדישא מירון אינמיטן די זמני כניסה בקודש פנימה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה