בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א

כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגכ"ח סיון תשפ"א6/8/2021

ווידיאו
בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבריך

נאך מעריב אינעם מערה פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים ארויסקומען פון מערת התנא אלוקי נאכן עוסק זיין בתורה ובתפלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
אנקומענדיג אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

לקראת שבת לכו ונלכה: און ווייטערדיגע באריכטן איבערן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א

מטעם די וועד האש"ל ווערט געמאלדן אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט אש"ל מלא פארן בלויזן פרייז פון 200 שקל, נאר אכילה 50 שקל, נאר לינה 150 שקל, שרייבט אייך איין ביי די עסקני קהלתינו הקדושה.
קהלתינו הק' האט אפגעדינגען די מוסד "תומר דבורה" ווי עס וועט צוגעשטעלט ווערן אש"ל,

פאר די אלע וואס ווילען דינגען דירות קענען רופן 0527181747 אדער אויף 0533120240.

מטעם די עסקנים ווערט געמאלדן אז פאר אנ"ש וועט זיין צובאקומען די סעודות שבת ביי "מענדי'ס" מיט א הנחה פון 10 פראצענט.
*

שבת של התרוממות הנפש

א ריזיגע שאטער וועט ווערן אויפגעשטעלט פאר די הייליגע תפילות און די געהויבענע טישן אויף די 'כרן היסוד' גאס אין אלט שטאט צפת,
זה השלחן אשר לפני ה': ליל שב"ק וועט מען האבן די זכיה צו עסן די סעודה ביים עריכת השלחן הטהור אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, שב"ק צופרי וועט פארקומען די סעודה בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ובני רבינו שליט"א.

במוצאי יום גילה: מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן מעמד "כינוס אנ"ש בארה"ק" אינאיינעם מיטן "סיום מס' יבמות" בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישן שאטער בתופים ובמחולות, ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלן דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש בארה"ק, "שישו ושמחו בשמחת התורה".

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

מי יעלה בהר ה': ארום 8:15 איז די רבי אנגעקומען צום מערה פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו תפילת מנחה, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט און געדאווענט בהרגש קודש ובבכיות נוראות,
נאך מנחה ארום איז די רבי אריין אין איינע פון די חדרי התפילה ווי די רבי האט זיך געזעצט לערנען פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט מען געזינגען בר יוחאי און תורתו מגן לנו בדביקות והתעוררות רב,
ארום 9:45 איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא, ווי עס האבן אפגעווארט בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק -וועלעכע וויילען אין דעי טעג במחיצת הקודש באתרא קדישא- און האבן שלום גענימען פון רבין, דערנאך איז פארגעקומען די "סיום כתיבת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה ווי די רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט זיך די רבי איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

מארגן ער"ח וועט רבינו שליט"א דאווענען שחרית ארום 9:30 אינעם מערה פון התנא אלוקי.

-מארגן מיטוואך און דאנערשטאג פון 1:00 ביז 7:00 וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ"ש פון ארה"ק.-

מיטוואך פארנאכטס וועט פארקומען א "אסיפת חינוך" פאר אלע מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך".

ער"ש בקדרותא דצפרא וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויפגיין צום ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק ווי מען וועט אויסזאגן תהילים בהשתפכות הנפש להפקד בדבר ישועה ורחמים, אויפן זעלבן פארנעם ווי ערב "שבת מירון" תשע"ו.

מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴


גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים אריינשרייבן די אויתיות אינעם ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה, בביתו נאוה קודש באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מארגן וועט זיך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסלאזן קיין אתרא קדישא מירון זיך באטייליגן ביים "מסע הקודש" און די "שבת המרומם" בצל קדשו פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

יהא בואו לברכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021

בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בצהלות פניו ביים ווערן אויפגענומען דורך הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א דינסטאג אינדערפרי אין לופטפעלד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מסיבת לחיים נאך שחרית בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די בחורי אנ"ש בארה"ק וועלעכע וויילען "במחיצת הקודש באתרא קדישא".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
"תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו היא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי" ביים מסיבת לחיים נאך שחרית בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די בחורי אנ"ש בארה"ק וועלעכע וויילען "במחיצת הקודש באתרא קדישא".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
"אנא עבדא דקדושא ברוך הוא" ביים מסיבת לחיים נאך שחרית בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די בחורי אנ"ש בארה"ק וועלעכע וויילען "במחיצת הקודש באתרא קדישא".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש ביים מסיבת לחיים נאך שחרית אינאיינעם מיט די בחורי אנ"ש בארה"ק וועלעכע וויילען "במחיצת הקודש באתרא קדישא".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח 🌴
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

פארן דאווענען ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א וואס איז ארויסגעדונגען געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' פאר בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלעכע וויילן במחיצת הקודש באתרא קדישא, ווי די הונדערטער בחורים זענען געווען פארזאמעלט די רבי איז אריבער צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די לומדי תורה.

ארום 9:00 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, נאך שחרית אין די מערה האט דער רבי חלאקע'ט עטליכע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג, מען האט געענדיגט 11:00

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורי אנ"ש, מהאט געזונגן ניגוני התעוררות ודביקות און די רבי האט משמיע געווען דב"ק לענגערע דברי תורה די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו" און געטייטשט בדבריו פון רבי שמעון און דערנאך געטייטשט "אנא עבדא דקדושא ברוך היא" משולב בדברי מוסר הדרכה וחיזוק און געווינטשן ווארימע ברכות הקודש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא'
*

פארמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא, הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א סד"ד ביד"צ פון די עדה החרדית, און די חברי הנהלה פון "קרן השביעית" אינאיינעם מיט עטליכע פארמערס שומרי שביעית, די רבי האט זיי אנטפאנגן בכבוד הראוי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און בריתחא דאורייתא אויסגעשמועסט און מבאר געווען אלע שיטות הפוסקים.

דערנאך האט די רבי געקויפט א שותפות אין א פעלד מיט איינע פון די פארמערס פון כפר שמאי, און געחתמעט שותפות לקראת שנת השמיטה הבעל"ט צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה וואס איז נוהג בארץ,
דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש און ארויסבאגלייט ביזן גאס און געשיקט בנו הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.

נאכמיטאג האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון זמני כניסה אל הקודש פנימה בפו"פ וואס גייט שוין אהן א גאנצן נאכמיטאג פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און ווערט געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

פארנאכטס ארום 9:00 נאך תפילת מנחה וועט פארקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך" לדעת את המעשה אשר יעשון.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה