באריכט מסע הקודש פון ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לרגל ההילולא קדישא פונעם ראש השושילתא קדישא מרן משה איש האלוקים בעל ישמח משה זיע''א
שב''ק פרשת מטו"מ - מברכים חודש מנחם אב - שבת הילולא קדישא בעיר האבות סיגוט יצ''ו
בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דער דערהויבענעם היסטארישן שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים ממשיך השלשלת הזהב לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו - רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זיע''א, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש פון די וועלט וואס האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעי געהויבענע מאמענטן וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן.
אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענעם שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געהויבענע געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר פראובירן לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
דער פראכטפולער ביהמ''ד הגדול עצי התמרים איז געווארן מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, מיט פלאטפארמע'ס אויף ביידע זייטן אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן פונעם היכל, וואס איז טאקע געווען פול עד אפס מקום.
אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך פארן דאווענען אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו. אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פולע רבני קהלתינו הק' טייל פון די בני וחתני רבינו שליט"א, און דער היכל הביהמ"ד איז געווען פול געשטאפט מיט הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש.
ערש"ק נאכמיטאג איידער דער רבי איז געגאנגן אין די מקוה, איז אריין בקו"פ עטליכע פון די חברי המערכת פונעם 'משולחן מלכים' אינעם גליון קול התאחדותינו שע"י כולל עצי חיים אין בני ברק, דער רבי האט זייער משבח געווען די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט אינעם גליון, פון וואס טויזענטער אידן מאנשי שלומינו בפרט און חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן בכלל, זענען נהנה מדי שבוע בשבוע. דער רבי האט געגעבן עטליכע הוראות און הערות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 - צוואנציג מינוט פארן זמן הדלקה"נ - האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד מיט א ברכה.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן בקול רם ובאש קודש 'הודו לה' כי טוב', און גאר שטארק מאריך געווען ביי שמו''ע און חזרת הש"ץ בבכיות נוראות, ווען ער האט מערערע מאל זיך געשטיקט פון געוויין פאר עטליכע מינוט. מען האט געענדיגט מנחה נאך 10:00. קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00.
נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, ובמאור פנים האט דער רבי צוריק געוואונטשן ברכת גוט שבת.
הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן - אינעם היכל השלחנות - אין די זעלבע צייט האבן די געטרייע עסקנים בליץ שנעל אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור.
בקו"פ איז אריין הגה"צ אבד"ק לאנדאן מיט די הנהלת הישיבה גדולה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן, אינאיינעם מיטן נייעם מנהל הישיבה הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א, ווי דער רבי האט אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים איבער די פלענער צום נייעם זמן און האט מאציל געווען מברכת קדשו. סעודתא דחקל תפוחין קדישין
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים בשירות ותשבחות בהתרוממות הנפש, אנגעפירט דורך הר''ר עמרם אקער הי''ו יו''ר המשוררים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדי בעל ההילולא. כל מקדש: נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א , מנוחה ושמחה: הרב נפתלי בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי דערציילט פון זקינו בעל ההילולא מרנא ורבנא הגה"ק הישמח משה זיע''א, קה רבון עלם: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ). פון די פירות האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די קינדער. דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה און פאר אנדערע אנשי שלומינו לרגל שמחות נכדיהם הנולדים להם למז"ט.
אז ביום השביעי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א (קר"י) מו"ל ספר אוצרות ודרכי ישמח משה. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
וביום השבת קודש
שבת קודש אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט אויפגעטרעטן מיט א שיעור במשנתו של בעל ההילולא, נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בקר"י.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:15. ברכות: נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פסוקי דזמרה: הרב חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א (ב"פ). מען האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירת הים פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט. רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו שחרית בהשתפכות הנפש ובהתעוררות רב, בפרט ביי אהבה רבה און ביי ממקומך בבכיות עצומות.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו מעסקני השוהל הויף, פארקויפט די עליות און כיבודים ביי די ס"ת, וואס האבן זיך פארקויפט פאר ריזיגע סכומים פארן שוהל הויף.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפן. בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עליות זענען געקויפט געווארן פאר די פאלגענדע. כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה יצחק רייזמאן הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). חמישי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). אחרון - חזק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). הגבה: הרה"ח ר' שמחה שלמה יצחק ב"ר ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו (קר"י).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) איז מכובד געווארן איבערצונעמען די ספר תורה נאכן ר"ח בענטשן.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא, פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר ישראל ישכר לעוו שליט"א (אנטווערפן). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט פריוואט אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ביים קידוש לכל הקהל הקודש האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג מיט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זיע''א.
סעודתא דעתיקא קדישא
ווי נאר דאס ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט געווארן פאר די סעודה האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צום סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפן מיט א בליציגע דרשה. ארום 2:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
נאך די אייער צוויבל האט דער רבי געזינגען חי ה', און פארענדיגט מיט די תנועה פון 'גלות גלות' כנהוג.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חברי הוועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג צו שאפן ביליגע דירות אין קר"י. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו. ברוך קל עליון: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו. יום זה מכובד: הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו ווילידזש אדמיניסטראטער.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און רבותינו לבית עצי התמרים זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
ארום 7:30 נאכמיטאג האט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד, במשנתו פונעם בעל הילולא, די גרויסע כח פון די צדיקים אפילו זיי זענען שוין בעולם הבא, וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן.
תיכף נאך פרק האט זיך געשטעלט א מנין מנחה אין ביהמ"ד.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א (קר"י). די עליות און כיבודים זענען פארקויפט געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). בעל קורא: ר' מאיר ב"ר יעקב שרייבער הי"ו (לאנדאן). כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו (קר"י) לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו''ר השוהל הויף. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו (קר"י). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקר"י. און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו (קר"י) וואס האט געקויפט די עליות וכיבודים.
ביי של''ש האט דער רבי טועם געווען מילכיגס כנהוג איין וואך אין די ימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק לאנדאן - מען האט געזינגען אויפן ניגון פון "היה עם פיפיות" פון מרן הגה''ק העצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא יחל דברו' ובקול דמעות געטייטשט אז די כח תפילת הצדיקים גייט אויף אייביג און מיט זייער זכות קען מען היינט געהאלפן ווערן, און ארומגערעדט א לענגערער צייט בגודל קדושת המקום ווי רבותינו הק' האבן משמש געווען ברבנות און זענען ווייטער דא מתפלל צו פוילן ישועות, דער זיידע דער ישמח משה בענטשט ברכת כהנים אלע וואס קומען צום ציון, עס כאפט א אימה ופחד ווען מען טראכט לפני מי אתה נכנס, מען גייט אריין אין די ד' אמות מקום מנוחתם, מען הייבט אהן אריין טראכטן גודל קדושתם וכוחתם זיי האבן געשיינט אן אור בהיר בשחקים פאר טויזנטער אידן, מ'קוקט זיך אהן מה אני מה חיי, אני רימה ותולעה, בוש אני מחטאי, און מעורר געווען זיך מקבל זיין קבלות טובות דא אין דעם מקום ווי אבותי הק' האבן מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה איז מסוגל מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו, מען בעט פונעם זיידן דער ישמח משה לא יחל דברו לא יעשה דבריו חולין די הבטחה אז ער וועט אויספויעלן די ישועה שלימה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 11:40. ארום 12:30 איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון רבותינו הק' ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל, ווי הונדערטער אנשי שלומינו זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס דער רבי האט מיטגענומען און אראפגעלייגט על ציון קדשו פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער ווי הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק בלאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון די ספרי ההיכל, און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' ע"ש הנדבן, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מפאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל. אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק פרנס הי"ו האָט אפגעקויפט א זכות אינעם שוהל הויף, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו
פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש השושילתא קדישא רבינו משה איש האלוקים מרן הישמח משה זיע''א.
אינמיטן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין די שטאט טשענגער. צום ערשט האט דער רבי קובע מזוזה געווען אינעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט טשענגער, און דערנאך האט דער רבי גענעכטיגט פאר קורצע 3 שעה. אינדערפרי אום 7:30 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך קובע מזוזה געווען אינעם נייעם בנין הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי אריבער שפאצירט צום בית החיים ווי דער רבי האט פוקד געווען די ציון פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און פארגעזאגט 5 קאפיטלעך פון צ' ביז צ''ה, און דערנאך ממשיך געווען א וועג פון צוויי שעה קיין אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל הילולא קדישא פון ראש השושילתא קדישא הגה''ק הישמח משה זיע''א
יום א' דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אוהעל צאנז
זונטאג ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די שטאט אוהעל לבית האכסניא. ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שאטער הגדול 'אהל התפילות' וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די הילולא קדישא. דער רבי האט געלייגט טו"ת און דערנאך געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור הב' יהודה אריה בן הר"ר מאיר צבי ווייס הי"ו (בני ברק) בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האבן שלום נעמען די פרישע צענדליגער געסט רבנים חסידים ואנשי מעשה וועלכע זענען געקומען פון איבער אייראפע, צווישן זיי געסט וואס האבן געוויילט אויף שב''ק אין שטאט אוהעל ביומדהל''ק. אויך האט שלום גענימען הר''ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו באזוכן דעם בנין הכנסת אורחים אין ליזענסק וועלכע שטייט בנשיאותו.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד בקשת רחמים, מען האט געזינגען ניגונים א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות וואו דער רבי האט מוריד דמעות געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און עקסטער געוואונטשן פארן בר מצוה בחור.
נאכן לחיים ארום 12:30 איז רבינו שליט''א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט די פולע הונדערטער אנ''ש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט און דערנאך זיך אנגעלאנט אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות בשעת דער ציבור זינגט אני מאמין בביאת המשיח. נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געזאגט בבכיות עצומות ביידע תפילת המיוחס פונעם ישמח משה 'שלום עליך' און די יהי''ר לפני אמירת תהילים וואס איז נתחבר געווארן דורכן בעל הילולא, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און נאכן יהי''ר בקול בכי האט דער רבי געזאגט דעם קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות, און זיך דערנאך משתטח געווען א לענגערע צייט מיט געוואלדיגע בכיות. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אויף פת שחרית. בבית האכסניא זענען אריין די שומרים פון ביידע בתי חיים דקהלתינו הק' אין איהעל, און אויך פון שטאט קאלוב וועלכע זענען אונטער די עסקני קהלתינו הק' הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און בנש"ק הר"ר איתמר מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו האט פארגעשטעלט די פילע פעולות וואס מען שטעלט צו לתועלת די אלפים ורבבות אידן וואס זענען פוקד די ציונים הקדושים במשך א גאנץ יאר און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך א קורצע מנוחה ארום 4:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין צאנז, אויפן וועג האט דער רבי עוסק געווען בתורה און דערציילט שיינע זאכן פון צאנז.
אינטערוועגנס איז דער רבי איבערגעגאנגען דעם סדר היום לויטן זייגער און באשלאסן יא צו מאכן דעם טויש אז צומארגנס זאל מען אריבער פארן פארטאגס קיין ליזענסק. די עסקנים האבן תיכף אהנגעהויבן צו מאכן די אראנדזשירונגען אז ווער ס'וויל זאל קענען מיט קומען און מיטהאלטן די הייליגע תפילות במקום הקודש. א פחד האט איבערגענומען די מקורבים ווען אנקומענדיג נאענט צו צאנז האט דער רבי באימה ופחד אנגעוויזן אויף יעדן דערפל און שטעטל מיט א רגש ווי נאנט מאיז שוין ממש נעבן צאנז.
ארום 7:10 איז מען אנגעקומען אין צאנז, דער רבי האט אויסגעדריקט רצון קדשו צו גיין נאכאמאל אין מקוה, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה אינעם בנין פון בוני צאנז בנשיאות הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דביהמ''ד בית שמואל אין קר''י, ביים ארויסקומען איז דער רבי שוין געווען מורא'דיג צוקאכט באש להבה.
נאכ'ן מקוה איז דער רבי ארויף אויבן אין בנין, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א און גערעדט פון די עבודת הקודש פונעם צאנזער רב זיע''א ווי אויף דעם מקום פלעגט דער הייליגער קדושת יו''ט כסדר קומען צו פארן נאך פון טעטש. רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה מיט א שטארקע התעוררות ודביקות, און מאריך געווען ביי שמו''ע בבכיות נוראות. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
תיכף נאך מנחה ארום 7:45 איז דער רבי אריבער צום בית החיים, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א איבער דעם קשר פון רבותינו הק' לבית סיגוט זיע''א צום הייליגן צאנזער רב זיע''א. מיט א אימה ויראה און אויסטערלישע פחד איז דער רבי איז אריין אינעם אהל הק' כעבדא קמיה מרי' און צוגעטרעטן צום ציון קוה''ק און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט, און מען האט אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט בשעת דער רבי פארגיסט טייכן טרערן, דער רבי האט דאן געזאגט די תפילה פון שלום עליך און פארגעזאגט תהילים ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט דעם יהי רצון בשעת דער רבי פארגיסט טרערן פון אנהייב ביז'ן סוף, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער ציבור זינגט ניגוני התעוררות, און דער רבי האט זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', מען האט געענדיגט ארום 9:00.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין הכנסת אורחים לינת הצדק בהנהלת הרה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י, דער רבי האט באטראכט דעם בנין, קובע מזוזה געווען און געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א ביומא דהילולא פון זקינו הגה"ק דער קרייזער רב זצ"ל, נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש פון צאנז.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 און דער רבי איז צוריק געגאנגן צום צענטראלן בנין הכנסת אורחים שע"י בוני צאנז, דער רבי האט זיך געוואשן צו א סעודת ר''ח פריוואט מיט געציילטע מקורבים.
דער עולם איז אריבער אינעם זאל פונעם בעסקיט האטעל ווי עס איז פארגעקומען א רייכע סעודת ר"ח. סוף סעודה אום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען, מען האט געזינגען ניגוני קיבול תפילות, וימלא משאלותינו און אויסגעפועלט אלעס גוט'ס. דער רבי האט געטרינקן לחיים מ'האט אויף געגעבן א מאכל לכבוד ר"ח און דער רבי האט דערציילט עטליכע סיפורי קודש פון הגה''ק הדברי חיים זיע''א, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס און מען זאל אהיים פארן מיט ישועות ורפואות מען האט געענדיגט ארום 11:15. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אויסגעדריקט מיט התפעלות איבער די דערהויבנקייט און ווארעמקייט פונעם ציבור און דער רבי איז צוגעפארן צו די אכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום ב' דברים ר''ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ליזענסק
ארום 4:45 פארטאגס איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אינעם בנין פון בוני צאנז און זיך דערנאך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א און געוואונטשן צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט די ברייטע פלענער אויפן עתיד.
אום 5:40 איז דער רבי ארויסגעפארן פון צאנז קיין ליזענסק.
אנקומענדיג אין ליזענסק ארום 7:40 איז דער רבי צום ערשט ארויף אינעם בנין הכנסת אורחים 'רבי ר' אלימלך'ס הויף' בהנהלת הר''ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי דער רבי האט זיך אפגעריהט פאר עטליכע מינוט פונעם טלטול הדרך, און דערביי געהערט א באריכט פון זיינע פעולות לטובה. אום 8:00 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום ציון קוה''ק פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א, ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי מפריש געווען צדקה און געזאגט אז עס זאל זיין לע"נ די נשמה וואס וועט גיין מודיע זיין פארן צדיק אז מען איז געקומען צו זיין קבר, אזוי ווי דער ישמח משה זיע''א האט באפוילן פאר זיינע שלוחים צו טוהן ביים ציון פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א.
דער רבי איז אריין אין אוהל הקדוש געצינדן 5 ליכט און געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א באתרא דמר, מיט בכיות עצומות א לענגערע צייט, דער רבי האט פארגעזאגט די קאפיטלעך ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט דעם יהי רצון לשבת ויו"ט צוליב ר"ח, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות, און זיך דערנאך משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א שטיק צייט. מען האט געענדיגט ארום 9:10 און דער רבי איז אריבער לבית האכסניא פון די הכנסת אורחים פון הרב שמחה קראקובסקי הי"ו און זיך באגריסט מיט הרב מנשה ליפשיץ הי"ו דער מנהל פונעם צענטראלן הכנסת אורחים ליזענסק.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם בנין הביהמ"ד פונעם הכנסת אורחים ליזענסק, דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הגה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל באש קודש.
פתיחה: ר' ישעי' בר"ד ווערטהיימער הי"ו (קר"י). בעל קורא: הב' ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א (אנטווערפן). כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר"י. לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מראשי קהלתינו בני ברק. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר"י). גלילה: הר''ר אהרן מאיר ברמ"ח ווייס הי"ו מראשי מערכת קול התאחדותינו (בני ברק).
מוסף: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א (קר"י). צוליב די שפעטע צייט איז דער רבי ארויסגעגאנגען תיכף נאך מוסף און דער רבי האט זיך געזעגענט פונעם גאנץ ציבור אויפאמאל, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
אויף די גאס האט אפגעווארט דער רבי'ן כ''ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ליזענסק, דער רבי האט אים באגריסט מיט א ברכת שלום ואף הוא מברך לעומתו און געזאגט אז היינט איז א פאסיגער טאג פארן ברכת ה'שלום' שטייענדיג אים ר"ח אב, אהרן הכהן'ס יארצייט, וואס איז געווען דער אוהב 'שלום' ורודף 'שלום', אויף וואס דער רבי האט משיב געווען מיט א מליצה, 'איך הייס דאך 'אהרן' און איר זענט דאך א 'כהן' צוזאמען איז דאס אהרן הכהן'...., און מען האט זיך ווארים געוואונטשן צו פוילען אלעס גוטס פארן כלל און פארן פרט, און האדמו''ר מתולדות אהרן האט באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר און אויס געווארט ביז דער רבי איז אוועקגעפארן.
ארום 11:15 איז מען אוועקגעפארן פון עיר הקודש ליזענסק קיין ריישא ווי מען איז אנגעקומען ארום 11:55.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט א ענגע צאל ראשי קהילה ומקורבים, אויפן וועג קיין מינכן.
דער רבי האט געלאנדעט אין מינכן ארום 2:15, און איז צוגעפארן מיט א קאר וואס האט אפגעווארט צום טערמינאל און נאך א שטיק צייט ארום 4:30 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין באסטאן. אונטערוועגס נאך א קורצע מנוחה האט דער רבי עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און שפעטער איבערגעשמועסט די נסיעה און משבח געווען די עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל ארבייט און ב''ה האט אלעס געקלאפט, און געזאגט אז מען שפירט אז מען האט געמאכט פון די נסיעה צו די צדיקים אזא הרגש און געפיהל ווי די הייליגע טעג, און מען האפט מען האט געפויעלט אלעס גוטס.
די פליגער האט געלאנדעט ארום 6:30 אין באסטאן, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב. בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר א וועג פון ארום צוויי א האלב שעה.
ביים אנקומען ארום 9:45 איז דער רבי תיכף אריבער אינעם ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו (מאנסי).
נאך מעריב איז דער אנוועזנדע ציבור אריבער שלום נעמען און הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
קה זכות אבות יגן עלינו וימלא ה' כל משאלות לבבינו לטובה במידה טובה וישועה ורחמים