בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' מנחם אב תשפ"ד8/6/2024

באריכט
יום ב' דברים ר''ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ליזענסק


ארום 4:45 פארטאגס איז דער רבי געגאנגען אין מקוה אינעם בנין פון בוני צאנז און זיך דערנאך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א און געוואונטשן צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט די ברייטע פלענער אויפן עתיד.

אום 5:40 איז דער רבי ארויסגעפארן פון צאנז קיין ליזענסק.

אנקומענדיג אין ליזענסק ארום 7:40 איז דער רבי צום ערשט ארויף אינעם בנין הכנסת אורחים 'רבי ר' אלימלך'ס הויף' בהנהלת הר''ר דניאל רוקח שליט"א מליזענסק ווי דער רבי האט זיך אפגעריהט פאר עטליכע מינוט פונעם טלטול הדרך, און דערביי געהערט א באריכט פון זיינע פעולות לטובה.
אום 8:00 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום ציון קוה''ק פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א, ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי מפריש געווען צדקה און געזאגט אז עס זאל זיין לע"נ די נשמה וואס וועט גיין מודיע זיין פארן צדיק אז מען איז געקומען צו זיין קבר, אזוי ווי דער ישמח משה זיע''א האט באפוילן פאר זיינע שלוחים צו טוהן ביים ציון פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א.

דער רבי איז אריין אין אוהל הקדוש געצינדן 5 ליכט און געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א באתרא דמר, מיט בכיות עצומות א לענגערע צייט, דער רבי האט פארגעזאגט די קאפיטלעך ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט דעם יהי רצון לשבת ויו"ט צוליב ר"ח, דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות, און זיך דערנאך משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א שטיק צייט. מען האט געענדיגט ארום 9:10 און דער רבי איז אריבער לבית האכסניא פון די הכנסת אורחים פון הרב שמחה קראקובסקי הי"ו און זיך באגריסט מיט הרב מנשה ליפשיץ הי"ו דער מנהל פונעם צענטראלן הכנסת אורחים ליזענסק.

ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם בנין הביהמ"ד פונעם הכנסת אורחים ליזענסק, דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הגה''צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל באש קודש.

פתיחה: ר' ישעי' בר"ד ווערטהיימער הי"ו (קר"י). בעל קורא: הב' ליפא בן הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א (אנטווערפן).
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר"י. לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מראשי קהלתינו בני ברק. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר"י). גלילה: הר''ר אהרן מאיר ברמ"ח ווייס הי"ו מראשי מערכת קול התאחדותינו (בני ברק).

מוסף: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א (קר"י).
צוליב די שפעטע צייט איז דער רבי ארויסגעגאנגען תיכף נאך מוסף און דער רבי האט זיך געזעגענט פונעם גאנץ ציבור אויפאמאל, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

אויף די גאס האט אפגעווארט דער רבי'ן כ''ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ליזענסק, דער רבי האט אים באגריסט מיט א ברכת שלום ואף הוא מברך לעומתו און געזאגט אז היינט איז א פאסיגער טאג פארן ברכת ה'שלום' שטייענדיג אים ר"ח אב, אהרן הכהן'ס יארצייט, וואס איז געווען דער אוהב 'שלום' ורודף 'שלום', אויף וואס דער רבי האט משיב געווען מיט א מליצה, 'איך הייס דאך 'אהרן' און איר זענט דאך א 'כהן' צוזאמען איז דאס אהרן הכהן'...., און מען האט זיך ווארים געוואונטשן צו פוילען אלעס גוטס פארן כלל און פארן פרט, און האדמו''ר מתולדות אהרן האט באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר און אויס געווארט ביז דער רבי איז אוועקגעפארן.

ארום 11:15 איז מען אוועקגעפארן פון עיר הקודש ליזענסק קיין ריישא ווי מען איז אנגעקומען ארום 11:55.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט א ענגע צאל ראשי קהילה ומקורבים, אויפן וועג קיין מינכן.

דער רבי האט געלאנדעט אין מינכן ארום 2:15, און איז צוגעפארן מיט א קאר וואס האט אפגעווארט צום טערמינאל און נאך א שטיק צייט ארום 4:30 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין באסטאן.
אונטערוועגס נאך א קורצע מנוחה האט דער רבי עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און שפעטער איבערגעשמועסט די נסיעה און משבח געווען די עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל ארבייט און ב''ה האט אלעס געקלאפט, און געזאגט אז מען שפירט אז מען האט געמאכט פון די נסיעה צו די צדיקים אזא הרגש און געפיהל ווי די הייליגע טעג, און מען האפט מען האט געפויעלט אלעס גוטס.

די פליגער האט געלאנדעט ארום 6:30 אין באסטאן, און דער רבי האט געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב. בעל תפילה: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו (קר"י).

נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר א וועג פון ארום צוויי א האלב שעה.

ביים אנקומען ארום 9:45 איז דער רבי תיכף אריבער אינעם ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו (מאנסי).

נאך מעריב איז דער אנוועזנדע ציבור אריבער שלום נעמען און הב' פנחס נחמן ב"ר יואל גלויבער הי"ו האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

קה זכות אבות יגן עלינו וימלא ה' כל משאלות לבבינו לטובה במידה טובה וישועה ורחמים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 639