בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש לעיר האבות סיגוט שבת ישיבה של מעלה - שבט תשפ''ג

כ"ד שבט תשפ"ג – ל' שבט תשפ"ג · 68 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ג2/17/2023

בילדער · 2
תלמידי ישיבה קטנה פון ירושלים זיך מפלפל מיט כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
אוידיאו
צווייטע חלק דב"ק פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאך די שיעור סוגיא היינט נאך תפילת שחרית בישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט, ברגשי לבו הטהור אז חסיד'ישע בחורים זיצן אין לערנען במקום שהתפללו בו אבותיו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
🎵 אוידיאו · 19:57⬇ אראפנעמען 18.3 MB
בילדער · 8
נאך בילדער פון די ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט, היינט באשמורת הבוקר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית און ביים געבן די סוגיא שיעור במקום שהתפללו בו רבותינו הק', אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדען די נרות שבת בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ז שבט תשפ"ג2/18/2023

ווידיאו
ערשטע בילדער פונעם סעודת מלוה מלכה מוצש''ק בעיר האבות סיגוט לרגל די הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בלאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי של''ש והבדלה נאכן געהויבענער שבת ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ג2/19/2023

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ''ו

פרייטאג ערש''ק משפטים

טראץ וואס די תלמידי הישיבות זענען אנגעקומען דאנערשטאג שפעט אויפדערנאכט אין סיגוט, האט זיך די סדר הלימוד אינעם ישיבה של מעלה אנגעהויבן פארטאגס אום 7:00, ווי דאס ביהמ''ד איז געווען געפאקט עד אפס מקום, דער ראש הישיבה רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45 און ארומשפאצירט פאר נאענט צו א גאנצע שעה און זיך אפגעשטעלט ביי יעדן טיש עקסטער און זיך מפלפל געווען מיט א גרויס קורת רוח.

ס'איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי דער גרויסער מנהיג ישראל גייט ארום און שטעלט זיך א מינוט ביי א טיש פון מאנטשעסטער א מינוט ביי לאנדאן און ביי אנטווערפן, אינגע בחורים און עלטערע, ביי א טיש פון בני ברק און ביי ירושלים, יעדער האט געהאט א פתחון פה, דער רבי האט פארהערט די בחורים און זיך גע'טענה'ט און מפלפל געווען אין די לימודים.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ''ד, פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור הב' יודא גליק ני''ו (אנטווערפן).

נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און פארגעלערנט דעם ערשטן שיעור סוגיא, מיט א פלאם פייער אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן בשמחת התורה.
נאכ'ן שיעור האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט א שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר די זכי' מרביץ תורה צו זיין פאר תלמידים אויף דעם פלאץ ווי זיינע הייליגע זיידעס האבן מרביץ תורה געווען, און א לענגערע צייט אויסגעשמועסט וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט בהרבצת התורה אויף דעם פלאץ און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך איז סערווירט געווארען פאר די בחורים א ברייטן פרישטאג, און דערנאך זענען אלע בחורים אריין בקו''פ און אדורך כבני מרום און שלום גענומען, דער רבי האט יעדעם אויפגענומען און זיך נאכגעפרעגט, און אסאך בחורים האבן געפרעגט קשיות אין די סוגיא אויף וואס דער רבי האט יעדעם געענפטערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
ווידיאו
ניגוני הודאה ושמחה נאכן געהויבענער של''ש בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
ווידיאו
סעודת מלוה מלכה מוצש''ק בעיר האבות סיגוט לרגל די הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בלאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי

שב''ק פרשת משפטים - שקלים, מברכים חודש אדר, שבת לפני הילולא קדישא פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע, אינערהאלב די מסע הקודש און שבת ישיבה של מעלה.

בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת 'ישיבה של מעלה', א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון דער גרויסער ראש הישיבה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינאיינעם מיט די קרוב צו 400 תלמידים פון די 6 ישיבות הקדושות פון ארה''ק און אייראפע, וואס האבן צום ערשטן מאל געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענער שבת בצל הקודש, ווי דער רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און פארברענגט פאר לענגערע שעות מיט די תלמידים פון אויסלאנד, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו, רבותינו הקדושים העצי התמרים זיע''א, ווי רבותינו הק' האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש פאר לאנגע יארן ובפרט בהרבצת התורה לתלמידים.

עס איז שווער און נישטא קיין ווערטער אראפצוברענגן די געהויבענע געפילן פון די הונדערטער תלמידי 'ישיבה של מעלה' נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק, וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע מאורעות און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.

ערש''ק ביים זמן הדלקת הנירות האט רבינו שליט''א געצינדן די נירות שבת קודש בהיכל ביהמ''ד עצי התמרים.

ארום 15 מינוט נאכן זמן איז פארגעקומען א דרשה פתיחת השבת פאר אלע בחורים דורך הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו הק' באנטווערפן.

פרייטאג צונאכטס ארום 6.20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און מאריך געווען א לענגערע צייט בבכיות נוראות ובתעוררות רב. קבלת שבת הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בירושלים עיה''ק. מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.

נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און במאור פנים געוואונטשן גוט שבת פאר אלע תלמידים אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד.

דערנאך האט הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער האט אהנגעפירט און אויסגערופן די סדרים במשך דעם שבת.

תיכף דערנאך זענען אלע בחורים אראפ בהיכל השולחנות מעביר סדרה זיין, און דערנאך איז פארגעקומען א שיעור נפלא דורך הרה''ג ר' יואל לאנגבערג שליט''א מגי"ש בישיבתינו הק' בלאנדאן.
דערווייל איז דאס ביהמ''ד אויסגעשטעלט געווארן צום ערישה"ט מיט פלאטפארמע'ס אויף אלע 3 זייטן אז אלע בחורים זאל קענען מיטהאלטן, אויף יעדענס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכע זמירות מיט די קונטרס אימרא טב"א לשב"ק, מיט ספעציעלע חלה דעקלך וכדו'.
דאס גאנצע ביהמ"ד הגדול פון עק צו עק איז געווען אויסשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן.
ביי אלע 3 טישן במשך דעם שב"ק איז טאקע געווען פול דאס ביהמ"ד עד אפס מקום, און יעדער איז געזיצן, די סערווירערס זענען געווען בלויז חסידישע בחורים, ולא יתערב זר במחנינו.

ארום 9:10 זענען די הונדערטער בחורים אריין, מען האט יעדן מסדר געווען מיט פלעצער, מיט א סדר מיוחד פון קארטלך דורך די חשובע מנהלים וואס מען האט אויסגעטיילט א ספעציעלע קארטל יעדער ווי זיין פלאץ איז, עקסטער האט מען ביי די זייטן פון אויבן אהן מסדר געווען די כלי קודש און די עטליכע נדיבים בעם וואס האבן פינאנצירט דעם שבת 'ישיבה של מעלה'.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור און האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 5 שעה!

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ובאש להבה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב ני"ו רבינו שליט''א האט געמאכט קידוש און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור.

במשך די סעודה צווישן די מאכלים, פאר די פיש, זופ, פלייש, און נאך די פלײש האט רבינו שליט''א געזאגט 4 מאל תורה און אויסגעטייטשט די ארבעה נזיקין שור, בור, מבעה, והבער, מיט הערליכע פשטים בדברי דרוש מיט א המשך פון איין תורה צום צווייטן, אנגעפוהלט מיט מוסר און חיזוק.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים פאר שעות אריכות און צוויי מאל האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודים, אויך האט מען געזינגען עטליכע פאצייטישע לידער אויף אידיש בקשר שבין ישראל לאבינו שבשמים בימי השובבי''ם, בהתעוררות רב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' מרדכי יאזעף שליט''א מנהל ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק.

נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געזאגט תורה א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און עשה לפני הדיבור.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה בבני ברק, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו באנטווערפן נכד מרן הקדושת יו''ט זיע''א.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ט שבט.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' במאנטשעסטער.

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר ביי נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.

אור פניך לכבוד שבת שקלים: הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' ירושלים עיה''ק, וואס איז געזונגן געווארן בהתעוררות ובדביקות.

אז ביום השביעי: הרה''ג ר' ישראל קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ובאו כולם און נעשה ונשמע. מען האט געענדיגט ארום 2:05.

נאכ'ן טיש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה מהרי''ט בבני ברק, און האבן זיך מפלפל געווען מיט רבינו שליט''א אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן אויף די שיעור סוגיא פון פרייטאג אינדערפרי א לענגערע צייט, און דער רבי האט שטארק מפליא געווען זייערע ידיעות און עמקות.

אויך האט הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט''א מגי''ש בישיבה גדולה בני ברק געברענגט א בריוו פון רבו הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט''א ראש ישיבת סלובדקא א חידוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן וואס ער האט אים געשיקט לכבוד דעם שבת 'ישיבה של מעלה; ווי ער האט געהערט אז דער רבי וועט פראווענען דעם שבת מיט די בחורים און עוסק זיין אין די סוגיא, אינעם בריוו באציעט ער זיך אויף דעם שב"ק אין סיגוט, און ער איז דורש בשלומו פון מרן כ"ק רבינו שליט"א און פירט אויס מיט א ברכה. לעומתו ברוך יאמר האט כ"ק רבינו שליט"א צוריקגעשיקט א פריסת שלום וברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30, ברכות וקרבנות: הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה בני ברק, פסוקי דזמרה : הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט''א מנהל ישיבה גדולה מהרי''ט.
מ'האט געזאגט הלל הגדול און שירת הים פסוק בפסוק בהתלהבות כמנהג המקום ק"ק סיגוט, און צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און אנגעהויבן עד הנה באש קודש, דער רבי האט פארגעדאווענט די יוצרות און מען האט געזינגען ביי ממקומך כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטלמאן הי''ו (ב"פ) און הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו (קר"י).
הולכת הס"ת: הרה''ג ר' שמשון שטערן שליט''א מגי''ש בישיבתינו בני ברק און הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל שליט''א מגי''ש בישיבתינו בני ברק.

בעל קורא: הרה"ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער. עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו (קר''י) נאכ'ן עולה זיין האט ער גומל געבענטשט און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור, לוי: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב"ג), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), רביעי: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), חמישי: הרה''ח ר' אלימלך שמשון ווייס הי''ו (לאנדאן), שישי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו (קר''י), שביעי: הב' אלתר דוב סאמעט ני''ו נכד הגאון הגדול ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), הגבה: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי), גלילה: ר' שמואל ב''ר אשר זעליג לעוו הי''ו (לאנדאן).
מפטיר קריאת שקלים: האט רבינו שליט"א עולה געווען און אליינס געליינט כנהוג.
הגבה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו (קר''י), גלילה הרה''ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו (מאנטשעסטער).

רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, און הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א (מאנטשעסטער) איז מכובד געווארן צו האלטן דאס צווייטע ספר, הרה''ג ר' שמואל אליעזר טייטלבוים שליט''א (ב"פ) איז מכובד געווארן איבערצונעמען דעם רבינ'ס ספר נאכן ר''ח בענטשן.

צי מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען בהתעוררות רב לכבוד שבת שקלים, מ'האט געזונגן די חרוזים אור פניך כנהוג. פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יואל ווערטהיימער הי''ו (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אראפ צו ביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט מיט די געלאנדענטע 22 נגידים וואס זיי האבן פינאצירט דעם שבת, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו הק' בלאנדאן און אראפגעלייגט וואס עס מיינט פאר די בחורים אזא שבת בעבר בהוה ובעתיד. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 2:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום מיטאג טיש, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, איז דאס אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, מען האט געזינגען מערערע ניגונים לכבוד שב"ק פאר א לענגערע צייט און געטאנצן בשמחה והתרוממות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און דערציילט א לענגערע צייט מערערע סיפרי קודש מעשיות פון רבותינו הק' אין שטאט סיגוט בשייכות מיט תלמידים און בחורים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה': נכד רבינו הרב אלעזר ט''ב שליט''א (לאנדאן). ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' משה בצלאל וויינבערג שליט''א מגי''ש בישיבה קטנה בני ברק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15, מנחה: הרה''ג ר' ישראל קליין שליט''א מנהל ישיבתינו הק' באנטווערפן, פתיחה: הרה''ח ר' משה דוד דאווידאוויטש הי''ו (קר''י), כהן: הרה''ח ר' אליעזר דוד גליק הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ח ר' יעקב אליעזר ווצב''ג (קר''י), שלישי: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי''ו (וומסב''ג).

ביי של''ש פאר די זמירות האט מען געזינגען מערערע ווארימע ניגונים מיט א בהתעוררות ודביקות. זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א מגי''ש בישיבתינו בירושלים, שיר המעלות: הרה''ג ר' שניאור זלמן ווייס שליט''א מגי''ש בישיבתינו בבני ברק.

פאר די תורה האט מען ווידער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בהתעוררות בעניני מחצית השקל וואס ווייזט אויף אמונה פשוטה, און ממשיך געווען בדברי חיזוק און אויסגעפירט בברכת קדשו.

ידיד נפש: הרה''ג ר' יואל שרגא פערלמוטער שליט''א מגי''ש בישיבתינו בלאנדאן, קל מסתתר: הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א מגי''ש בישיבתינו מאנטשעסטער, שושנת יעקב: הרה''ג ר' עקיבא שטערן שליט''א מגי''ש בישיבתינו מאנטשעסטער, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו''ט זיע''א, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן אויפן פלאץ א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק בצל הקודש

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די מסיבת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פון מרן הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן בישיבתינו הק' בלאנדאן.

מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט הר''ר נחמן ברוך שיף הי''ו פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזים מלא רגש וגעגועים, איבער די הרבצת התורה בעיר סיגוט ביי רבותינו הק' נבג"מ, און האט אויסגעגראמט דעם געהויבענעם שב"ק מיט אלע דברי תורה פון רבינו שליט''א במשך די שבת, און ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע זכי' אז דער רבי האט אונז בוחר געווען צו ברענגן קיין סיגוט און 'אונז זעמער אלע תלמידים פונעם רבי'ן דא אין סיגוט', און ווען אונז גיימיר צום ציון וועלן מיר מתפלל זיין פארן רבי'ן און דער זאל אונז אינזין האבן.

דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ס''ת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות, דער סופר איז געווען הרב חיים יצחק טווערסקי שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מטשערנאביל אשדוד שליט''א.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש א לענגערע תורה בעניני כתיבת ס''ת, און מאריך געווען בדברי הדרכה פאר די בחורים וואס מען נעמט אהיים פון אזא שבת עס זאל באגלייטן א גאנצן לעבן און פארשידענע הדרכות פאר'ן בחור'ישן סדר החיים מ'זאל שטייגן מעלה מעלה.
רבינו שליט''א איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל ישיבתינו בלאנדאן, און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד וינועו אמות הסיפים, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו צו טאנצן, עם בני משפחתו. מען האט געענדיגט אום 1:15

דערנאך האט רבינו שליט''א געהייסן אויסרופן אז טראץ די שפעטע שעה, וועט אי"ה 8:00 צופרי זאך אנהייבן דעם סדר הלימוד אינעם 'ישיבה של מעלה' אויף צוויי שעה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סוגיא שיעור היינט זונטאג אינעם ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
ווייזט ווייטער פון די נסיעה