דינסטאג שמיני א' - יום בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' אייזיק ליפא פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' ליפא האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור און די בעלי ברית בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות. רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און ארויסגעברענגט אז ביי וואסער זעט מען די טבע אז עס קומט צוריק ארויף צו די זעלבע הייעך פון ווי עס איז געקומען, און דאס לערנט מען זיך אפ פון די וואסער אז אויב מען איז עושה מעשה אבותינו און מען איז מקושר צו די פריערדיגע דורות קען מען אויך זיך הייבן מעלה מעלה, און דאס איז די שמחה ביי מים שלנו, און ממשיך געווען בקול רגש ובכי איבער די געוואלדיגע הרגשים און זכי' וואס מען האט צו קענען מקיים זיין אלע מצות החג, ובפרט מצות אכילת מצה וואס ברענגט אראפ אזויפיל השפעות ברוחניות ובגשמיות, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות וניגוני הכנה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן וואס פליסט פונעם קוואל אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש שלהבת קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:30.
תיכף נאכן מעמד האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר הק' ייטב לב פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן במשך די לעצטערע וואכן צו צורישן די סדר נאכט בבית רבינו פאר די הונדערטער חתנים תלמידי המתיבתא וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע סדר טיש בצל הקודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מיטוואך שמיני א' - ערב יו''ט פסח
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליקים יעקב בר"ח הכהן קאהן הי"ו. - בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בהיכל הביהמ"ד אויף ביר כנהוג און אמציל געווען מברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר.
דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט אז דער חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט כל חמירא און דעם יהי רצון.
נאכמיטאג נאך די מקוה ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צו מצות באקן ברוב עם, בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר די באשטימטע מיירעס. בשעתן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן האט דער רבי מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט'.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, און דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.
פון דארט ארום 4:00 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט במתינות מסדר געווען זיינע מצות לכבוד יו"ט.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די קרוב צו 400 חתנים ביידע נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט, און דערנאך געמאכט אן עירוב תבשילין.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש של כ"ק רבינו שליט"א
ערב יו''ט ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט מען געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח כנהוג. - מערבית: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש ובהתעורורות רב. מען האט געענדיגט ארום 9:45. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש צום הייליגן סדר נאכט, מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר שטאקן-ווייז וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט אסאך כוחות און זעלטענע געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, און פארגעזאגט 'קדש' און אזוי אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 19 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, מעשה בר' אליעזר, ברוך המקום, חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, ואתן ליצחק, חשב את הקץ, והיא שעמדה, בדמיך חיי, ר' יוסי הגלילי אומר, ברך, כוס רביעי, שפוך חמתך.
דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות אש קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הנני מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט דעם גאנצן סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אויף אידיש אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און תיכף געהייסן אריינברענגן דעם אפיקומן און דאס געגעסן פאר חצות מיט א ברען , דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן כנהוג, דורך נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען דעם גאנצן סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דער רבי האט דערווייל מעיין געווען אין פארשידענע הגדות.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, דער רבי האט געזאגט תורה, און מען האט געעפענט די טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך וואס האט זיך פארצויגן פאר עטליכע מינוט בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען האט אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.
יום א' דפסח
יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 11:20. - ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל.
- הוצאה והכנסה: נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און הרב שמואל צבי הורוויץ שליט"א. - פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. עליות. - כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף בר"מ הירש הי"ו (וומסב''ג). - רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. - חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל: - ר' מרדכי פריעדמאן הי"ו. - ר' ישראל וואלף זאבעל הי"ו. - ר' נתן נטע ברי"ע מארקאוויטש הי"ו. - ר' אהרן ברא"ה וויינבערגער הי"ו. - ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' אהרן בר"א ניישטאדט הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. - הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.
- פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יעקב קאפיל בר"מ סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט. - פיוט ברך דודי: הבה"ח אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך' און געטייטשט אז מצה איז משפיע אהבת השם און דאס ברענגט אז מען זאל קענען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.
- ברכת המזון: נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:45.
נאכמיטאג ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. - בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. נאך מנחה האט הרה''ג ר' בערל שליט''א אויפגעטרעטן לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות. ליל ב' דיו''ט
ביים זמן האט מען געדאווענט מעריב. מערבית ואמירת הלל: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן אז גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ליל התקדש החג - צווייטע סדר נאכט
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה און געזאגט תורה. במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, עבדים היינו, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, שאינו יודע לשאול, מתחילה היו עובדי ע"ז, והיא שעמדה, ויהי שם לגוי גדול, ואת עמלנו אלו הבנים, רבי עקיבא אומר, רבי גמליאל היה אומר, מצה זו, שפוך חמתך.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך געזאגט די סימנים אויף אידיש. הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות צום ערשט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען.
מען האט געגעסן די כזיתים הארט פאר חצות, ביי שלחן עורך האט מען שוין געהעריג מאריך געווען בסעודה, מ'האט אריינגעברענגט אייער כנהוג, און די סעודה אזוי ווי יעדן יו''ט, און דער רבי האט מעיין געװען אין עטליכע ספרים במשך די סעודה.
נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'צדיקיו יאמרו ל"ו' און געטייטשט אז צדיקים גייען בתר קרי און זיי דרשנען ל"ו מיט א ווא"ו אז אפילו מען האט נאך יעצט נישט גענוג זכותים אבער וויבאלד מען גייט האבן איז עס כאילו מען האט עס שוין יעצט און הקב"ה קען אויסלייזן כלל ישראל. מען האט געענדיגט ארום 4:30. יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 11:25. - ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א און הרב יואל טייטלבוים שליט"א, בני הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים. - הולכת הס"ת לבימה: הר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א און הרה"ח ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו. עליות. - כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. - שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. - חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל ר' מענדל מאיר ברד"י פריעדמאן הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. - מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - גלילה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
- מוסף: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' משה מנחם ברנ"ש שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט. - פיוט ברח דודי: הבה"ח משה האלבערשטאם ני"ו בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ. - אשר הניא: הב' משה יוסף ב"ר יעקב פארקאש הי"ו. - שושנת יעקב: הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו. מען האט אריינגעברענגט א קוגל לכבוד סעודת אסתר,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות וואס אסתר המלכה האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס איז נאר א חיוב מדרבנן פאר נשים האט הקב"ה אויך מקיים געווען די חיובי בעל לאשה אויסצולייזן א פרוי ווען מען ווערט געפאנגען און אין דעם זכות איז געווען די נס פון פורים.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני פורים. - ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 5:00.
שב''ק - א' דחוה"מ פסח
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה. - בעל תפילה: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א. - קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו כנהוג.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים). - כל מקדש: נכדו הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'אני חבצלת השרון און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. - ברכת המזון: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק המראה יחזקאל מקארלסבורג זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ' ניסן.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט סיפורים פון הרה"ח ר' אשר גבאי ז"ל משב"ק ביי רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א. - אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען ארום 10:10. - ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו הלל. פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים כנהוג.
- הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישעי' שלום ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו. עליות. - כהן: הבה"ח אשר זעליג ב"ר פנחס פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א. - שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. - חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. - שישי: רבינו שליט"א. - שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר שמשון גפן הי"ו. - הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. - גלילה: נכד רבינו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א. - מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. - הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ). - גלילה: הבה"ח משה בהגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
- מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:25.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען בני הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א. - ברוך ה' יום יום: הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א. - ברוך קל עליון: הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א. - ברח דודי: הרב יואל טייטלבוים שליט"א. - שיר היחוד ליום ראשון כנהוג אין די שבתים צווישן פסח און שבועות: נכדו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'אני חבצלת השרון' און געטייטשט אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00. - בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. - הוצאה והכנסה: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א. - כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צווארך' און געטייטשט אז אויב פירט מען זיך מיט מידת ענוה איז הקב"ה מוחל אלע עבירות, דורך מצות מילה איז מען זוכה צו מידת ענוה און דאס איז אונזער ארבעט אום יו"ט פסח צו מבער זיין די חמץ שבלב וואס ווייזט אויף גיאות און מען איז זוכה צו מידת ענוה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן). - קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר משה יחזקאל וועלץ הי"ו. - ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת קרן קרית יואל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט, און ממשיך געווען מיט הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק מאיר בראווער הי"ו און הרה"ח ר' מתתי' ברמ"ל דייטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם 'מפתח הכשרות' צום בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו. - הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אשר זאבעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
דינסטאג צו
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' יוסף משה שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר חיים ברוך דיימאנד הי"ו. - ב"ר אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים בימי בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די 'אנ"ש דקרית יואל' טישל ווי מען נעמט צוזאם חתימות יעדע יאר פאר די פאליטיקאנטן און קאנדידאטן צו קענען לויפן פאר א פרישע טערמין אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטע פון די נעמען פון די קאנדידאטן און די עסקנים האבן צוגעוויזן די נעמען פון די קאנדידאטן וועלכע האבן זיך גאר שטארק ארויסגעשטעלט פאריאר אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א צו טוישן די אלבאני געזעצן לטובת החינוך לשמחת לב פונעם גאנצן יהדות החרדית אין ניו יארק, און דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עסקנים.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. דער רבי איז אנקומען קיין וומסב''ג און איז צום ערשט אריבער אויף א קביעת המזוזה אינעם נייעם 'מיטב' געשעפט וועלכע פארקויפט די פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערביי געהערט א באריכט פון די בעלי בתים איבער די פילע פעולות צו קענען פארקויפן די פראדוקטן פאר גאר ביליגע פרייזן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בגודל מעלת החסד וואס מ'טוהט מיט אידישע קינדער און די געוואלדיגע חשיבות פון די געשעפט וועלכע העלפט ארויס הונדערטער משפחות צו קענען קויפן פאר ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בעלי בתים און עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די נייע געשעפט און אנגעוואונטשן עס זאל האבן גרויס הצלחה. אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלה פון מוסד הק' קרן הצלה לקראת די גרויסע פסח חלוקה להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות און די גרויסע חלוקות פאר די הונדערטער מוסדות, און די חברי הנהלה האבן ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' פון ווי עס קומט אריין די מערסטע געלטער און איז צו פארדאנקען דאס אז רבינו שליט"א איז כסדר מעורר אנ''ש צו שטיצן קרן הצלה מיט גרויסע געלטער, וואס דאס האט געברענגט אז מען זאל קענען פארטיילן גרעסערע געלטער ביי יעדע חלוקה. דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו"ר ההנהלה א טשעק אינעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער! , די חברי הנהלה האבן זיך שטארק באדאנקט און געזאגט אז דאס איז שוין די צווייטע טשעק פון א מיליאן דאלער דאס יאר תשפ"ו וואס דער רבי האט צוזאמגעשטעלט פון נגידי אנשי שלומינו נאך וואס דער רבי האט איבערגעגעבן א טשעק פון א מיליאן דאלער בעת די מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענע חודש כסלו פאר די חנוכה חלוקה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות און הגדות פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
מיטוואך צו
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מיכאל אליהו גבריאל ע'גמי הי"ו. - ב"ר שניאור זלמן העכט הי"ו. - ב"ר משה מאלח הי"ו. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה זאגענדיג אז זיצן און לערנען איז ישיבה ביז ז' ניסן איז אויך מסירת נפש, און דער רבי האט ממשיך געווען פרעגענדיג די בחורים עטליכע שאלות פון די לימודי הישיבה אין מסכת בבא קמא און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו. - הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער באולם פרדס חיים אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"ג ר' הערשל שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי בית סיגוט, דער רבי האט טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 12:15.
דאנערשטאג צו
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה נטע פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי"ו. - ב"ר דוד ביקעל הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד. רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. - מוהל: דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א. - סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'ארי' לייבוש' נאכן זיידן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל רב דביהמ"ד וקרית ויואל משה. נאכן ברית איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד. נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן דער מוהל הגה"צ רבי הערשל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:00.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי וועד להוצאת ספרי רבינו וועלכע האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן -דרושים אויף יו"ט פסח וועלכע איז היינט ארויס פון דרוק, דער רבי האט עס אויפגענומען מיט א שטארקע שמחה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו.
ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40. נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.
פרייטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' שמואל ברא"וו קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - תאומים בני ר' אברהם מאיר דים הי"ו. - ב"ר חיים הערש לעווי הי"ו. - ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו וויילן שב''ק בקרב קהלתינו הק'.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday21 Adar 57863/10/2026
Report
מאנטאג כי תשא - תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו''ץ בקהלתינו ב"פ.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ליל פורים
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' יעקב קאפיל שעהנברוין הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו. - שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א. - הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. - גלילה הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו. אום 6:50 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און איז ארויף אויפן באלעמער, וואו מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש. מען האט אנגעהויבן קריאת המגילה אום 7:15 מען האט געענדיגט אום 8:12.
ביים אויספאסטן בביתו נאוה קודש האט דער רבי טועם געווען פון קינדל, נאנט און המן טאשן כנהוג אום פורים.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט. במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - אשר הניא: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. - שושנת יעקב: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ערשטע דב''ק אויפן מדרש 'כיון שמת משה במדבר לפיכך יתלו את המן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות.
צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז כלל ישראל האט אין אלע מצבים במשך די לאנגע ביטערע גלות אלץ געדאנקט הקב"ה אויף אשר בחר בנו מכל העמים טראץ די שווערע צרות וואס מען איז אריבער אין אלע דורות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות און חרוזים לכבוד פורים, מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
דריטע דב"ק אויפן פסוק 'על כן קראו לימים האלו הפורים' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און מיט דעם ממתיק געווען די דינים.
דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ספר מיט די נעמען פון די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע טעכנעלאגיע, דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם האט געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00. - בעל תפילה: ר' צבי אלימלך פריעד הי"ו. - פתיחה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א. - כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו. - גלילה: נכד רבינו הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן תפילין דר"ת.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען און איז ארויף אויפן באלעמער וואו מ'האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען דעם מנהג פון מחצית השקל, און דערנאך געזאגט דעם לשם יחוד און געזאגט די ברכות באש קודש און אנגעהויבן ליינען די מגילה מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.
אנגעהויבן פון 3:15 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים ביז אום 5:30, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון הונדערטער אנ"ש זקנים עם נערים, רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש. ארום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.
ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. נאך די כזית חלה האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען דעם ערשטן כוס וויין לכבוד היום און געוואונטשן לחיים, און נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן דעם צווייטן כוס וויין. אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען דעם דריטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג, און נאך די פלייש און קוגל האט דער רבי געטרינקען דעם פערטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים, און מעודד געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען 8 מאל דב''ק. ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און געטייטשט אז יעדער איד איז מתפלל אז מען זאל ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען בעט 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות עצומות פאר א לענגערע צייט, און ממשיך געווען זאגענדיג עת צרה הוא ליעקב, א ישועה וואס קומט פון די צד הקדושה האט א קיום, משא"כ אויב עס קומט פון די צד הטומאה איז עס נאר א צייטווייליגע זאך, אזוי ווי מען זעט יעצט בחוש ביי די מלחמה דורך די מדינה הטמאה ווי מען זאגט יעדע מאל אז יעצט האט מען שוין מנצח געווען די שונאים אבער יעדע פאר חדשים ווערט די סכנה פון פריש, און דער רבי האט געזאגט אז די אידן אין ארה"ק געפינען זיך אין אן עת צרה און לעבן אין א פחד סיי פון די רודפים און סיי פון די מצילים און מען איז מתפלל אז זיי זאלן ניצל ווערן דורך הקב"ה אליינס. מען האט ממשיך געווען צו זינגען והוא שעמדה און ה' הוא מלכינו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
צווייטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אין די סוגיא פון נחלת יעקב ועשיו בשני עולמות און ממשיך געווען אז מען זעט אין די מגילה אז אסתר המלכה איז אריין בחצר המלך הפנימית און המן איז אריין בחצר החיצונה, דאס איז די חילוק פון א איד און א גוי, ביי א איד איז דער עיקר דאס פנימיות, דער לבוש שפיגלט אפ די פנימיות פון א מענטש און מען זעט לויט'ן לבוש פון א מענטש וואס דער מענטש איז, סיי א גאנץ יאר און אזוי אויך וויאזוי מען פארשטעלט זיך פורים, און מעורר געווען ארומרעדענדיג בגנות איבער די היינטיגע בעקיטשעס און לבושים וואס ווערט מער און מער מאדערן.
דריטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם בהשתפכות הנפש, און אין עוד מלבדו און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
פערטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון אחדות קען מען פועלן אלע ישועות און דאס איז געווען אסתר המלכה'ס בקשה לך כנוס את כל היהודים און אזוי האט מען אויסגעפועלט דעם נס פורים.
דער רבי האט פארגעזינגען דעם ניגון המקובל "לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער" צוויי מאל.
פינעפטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און ארויסגעברענגט אז צו מכניע זיין דעם כח פון די קליפות קען מען אדער מיט מסירת נפש אדער דורך מצות מילה, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון כלל ישראל אז טראץ דעם לאנגן ביטערן גלות וואס מען גייט אריבער, שרייט מען אויס ראש השנה המלך און אשר בחר בנו מכל עם און מען איז ממליך הקב"ה אויף אונז מיט מסירת נפש, דאס איז א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אינעם יום הדין.
דער רבי האט פארגעזינגען 'האדרת והאמונה' און געפרעגט פון זקני אנשי שלומינו ווער עס געדענקט ווען מען האט דאס געזינגען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. דערנאך האט דער רבי מקיים געווען דעם מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זיע''א צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אינעם רויעך, דער רבי האט געזאגט א טעם דערויף וויבאלד שריפת הקליפות וואס ענדיגט זיך ערב פסח הייבט זיך אן ביום הפורים.
דער רבי האט פארייכערט א ציגאר, און דערנאך איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו עס איבערצוגעבן פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זעקסטע תורה אז כלל ישראל האט סיי א אנדערע נשמה ווי א גוי און סיי א אנדערע גוף פון א גוי וויבאלד עס איז פארבינדן מיט די גווילים פון א ספר תורה, במילא אפילו אויב די דאקטורים זאגן אויף א מחלה אז עס איז נישט דא קיין רפואה אויף דעם, איז דאס נאר ביי די גוים אבער ביי אידן איז יא דא א רפואה אויף אלע מחלות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל.
זיבעטע תורה אויפן מאמר חז"ל 'עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה' און געזאגט אז דאס איז אנטקעגן די ע' פון וכל אשר לרעך פון די עשרת הדברות, און מאריך געווען בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע פארטיילן שטריימלעך פאר אידן, און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען 'יעקב' זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די אכטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז צדקה איז מטהר דעם אויר און אזוי איז דא קבלת התפילות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - אשר הניא: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. - שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, דערנאך האט הרה"ג ר' מאיר אליעזר שליט"א ממשיך געווען מיט דברי התעוררות בעניני קרי"ש בזמנה וכתיקונה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:00.
מיטוואך כי תשא - שושן פורים
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא בר"י מיטטעלמאן הי"ו. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - תאומים הנולדים אצל הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' הערשל ברח"ל זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט מען געזינגען ניגוני פורים און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון רבותיה"ק זיע''א מימי הפורים, און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און פאר די בעלי ברית ובני משפחתם.
ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.
ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - אשר הניא: הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אב"ד קאמארנא ב"פ. - שושנת יעקב: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען זעקס מאל דברות קודש. ערשטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט ממשיך געווען מידת קל וואס איז חסד און מיט דעם ממתיק געווען די דינים. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף 'שבשפלנו זכר לנו' פאר א לענגערע צייט באש קודש.
צווייטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז דורך דעם וואס כלל ישראל פרעגט נישט קיין קשיות אויפן רבש"ע וואס קומט שוין מכח אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיא אויפן רבש"ע ביי די עקידה, אין דעם זכות פרעגט הקב"ה אויך נישט קיין קשיא אויף אונז און איז משפיע כל טוב.
דריטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז דורך דעם שם הויה וואס ווייזט אויף היה הוה ויהיה וואס דאס קומט זאגן אז ביי הקב"ה איז די עבר הוה און עתיד אלעס איינס, איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד פון כלל ישראל און מען גייט ארויס זכאי בדין.
פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז הקב"ה האט א חיוב פון א בעל לאשה צו כלל ישראל און איז מחויב אלע חיובי בעל לאשה פאר כלל ישראל.
פינעפטע תורה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד אן פרעגן פארוואס איז הקב"ה אויך משפיע כל מיני השפעות אן קיין שאלות, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די זעקסטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד איז עס מעורר א קריאה של חיבה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און מען איז זוכה צו קורא לה והיא בא און עס פעלט זיך חלילה נישט אויס קיין הכישה במקל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט קרויט לכבוד היום, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, מען האט געענדיגט ארום 10:15.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הירש הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' משה יעקב שאלאמאן הי"ו און חתנו הרה"ח ר' יוסף שלום גאלדבערגער הי"ו היושבים ע"פ בתו אשתו ע"ה, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי פורים. דערנאך ארום 11:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י. דאנערשטאג כי תשא
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר אברהם דוד שטיין שליט"א. - ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו. - ב"ר יצחק הערש פרידריך הי"ו. - ב"ר שלמה בוים הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן האלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יואל ישעי' דייטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם טובי' גליק הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו און הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א. - הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' חיים בנציון אונגער שליט"א און אחיו הרה"ג ר' יחזקאל אונגער שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
פרייטאג כי תשא
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל ב"ר ליפא בערקאוויטש הי"ו. - ב"ר בעריש מויזקאפף הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת כי תשא - שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן נפתלי הירצקא בהר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א. - כל מקדש: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלמה וואלף שעהנפעלד הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כל העובר על הפקודים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' אלכסנדר לאנדא שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד ליזענסק. - ברכת המזון: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"א אדר.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מרדכי זאב רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזונגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - אז ביום השביעי: הר"ר אשר מענדל רובין שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:40.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. - ברכות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. - פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו און הרה"ח ר' בערל רובין הי"ו (ב"פ). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד אמרי נועם. עליות: - כהן: ר' אהרן בר"י קאהן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו. - שלישי: החתן ישעי' יעקב ב"ר יואל בר"ב רובין הי"ו. - רביעי: ר' משה יוסף ברי"ש פריעדלענדער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - חמישי: ר' יששכר בער דאווידאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שישי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. שביעי: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. - אחרון: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב שטיין הי"ו (וומסב''ג). - מפטיר - קריאת פרשת פרה: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יואל ברח"י פישער הי"ו (וומסב''ג). - ר' מענדל ברי"ז פריעד הי"ו. - ר' משה ארי' מייזעלס הי"ו. - ר' ישי שטיין הי"ו. - הגבה אויפן צווייטן ספר: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א. - גלילה: ר' יואל פישער הי"ו.
- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"ב רובין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30. - בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע גראסמאן שליט"א. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א. - לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א. - שלישי: הגה"צ ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב וומסב''ג. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הר"ר אלעזר קליין שליט"א (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת פרה 'זאת חקת התורה' און געטייטשט אז די פרה אדומה איז געקומען אלץ א כפרה פארן חטא העגל, אבער נישט פאר די וואס האבן געדינט דעם עגל בפועל וויבאלד זיי זענען אלע נענש געווארן, נאר דאס איז א כפרה פאר די וואס עס איז געווען ביי זיי שמח בלבו, און ממשיך געווען אז דאס איז א געוואלדיגע לימוד בזמנינו ווען דער עגל הציונית טאנצט און מאכט קונצן טאר מען ח"ו נישט נתפעל ווערן פון זיי און מען דארף גאר שטארק אכטונג געבן זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די נייעס און מתפלל זיין צו הקב"ה אז די ע"ז זאל בטל ווערן, און שטייענדיג יעצט בין גאולה לגאולה זאל מען זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הגה"צ ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א. - קל מסתתר: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן). - שושנת יעקב: הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה פאר די נדבנים פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו הק' לינדען שליט"א, פאר הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן אין וומסב"ג פאר הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי אין וומסב"ג, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע שיעור בהלכות מקוואות ווי דער רבי האט פאר קרוב צו איינס און א האלב שעה אויסגעשמועסט בפרטי פרטים פון א מקוה בהלכה, במציאות, ובהיסטאריע, באגלייט מיט סיפורים פון רבותיה"ק זיע''א בנוגע מקוואות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבני המקוה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט א געבענטשטע ה' קייטל פאר אלע נדבנים לשמירה ולהצלחה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק וומסב"ג. דערביי איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו אביו הרה"ר' שמואל חיים, בנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא הי"ו האבן אפגעקויפט דעם שם הבנין פון די מקוה טהרה אין לינדען. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך איבערגעגעבן א מתנה פאר די ראשי עסקני המקוה טהרה האברך ר' משה פרנס הי"ו און האברך ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט מוהלות. - סנדק: הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א. - סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. דער רבי האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל וואס האט געטראגן דעם נאמען פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הישיבה, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל הישיבה.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, זיידעס, און פאר אלע בחורים. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביי די שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן לבנו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און פאר די חתן און מחותנים, און פארן זיידן האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, און פארן פעטער האדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א.
נאך די חופה איז דער רבי צוגעפארן קיין מאנסי צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין איינע פון די כיתות, און נאך מנחה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די בחורים, דער רבי איז ארום צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע בנין וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה. דערנאך ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א, און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א. - הרה"ח ר' יושע דוב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
מאנטאג ויקה"פ
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' וואלף מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל. און ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל אויף א פריוואטע פארנעם בלויז פאר די בני המשפחה. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 5:30. דערנאך איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט. בעל תפילה: נכד רבינו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א און הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו און הרה"ח ר' יואל פראמאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה. - הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א, מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און מעורר געווען צו גיין אין זיינע דרכים בכל פרטי' סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday15 Adar 57863/4/2026
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור שושן פורים בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג.
שב''ק פרשת תצוה - שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אייזיק ב"ר דוד כהנא הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן בעל ברית ובני משפחתו.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. ביי לכה דודי האט מען געטוישט ניגונים ביי יעדע שטיקל כנהוג אום שבת זכור. מען האט געענדיגט ארום 7:45. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד הק' נטרונא. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - כל מקדש: הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו. - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מנחם מאניש פריינד הי"ו (ירושלים).
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נעשה ונשמע' 'ונשמע פתגם המלך' 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לחומרא או לקולא.
נאך די תורה האט דער רבי געבעטן צו זינגען ניגוני פורים. - קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א (וומסב''ג) חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. - ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל מקראקא וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג י"ז אדר. - קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:40.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. - ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו, און הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו. עליות. - כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו. - לוי: החתן יצחק זאב בן הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. - שלישי: החתן חיים שלמה ב"ר דוד ווערטהיימער הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן ב"ר מרדכי פריעד הי"ו. - חמישי: החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו. - שישי: החתן משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו. - שביעי: פ"ר דקהלתינו הק' הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו. - אחרון: ר' משה הערש ברח"י ראזענפעלד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג). - גלילה: הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג). - מפטיר - קריאת פרשת זכור: רבינו שליט''א, און דער רבי עולה האט געליינט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יחיאל שלמה שטיין הי"ו. - ר' יואל הערש ליכטענשטיין הי"ו. - ר' אברהם משה קליין הי"ו. - ר' ברוך בענדיט פייערווערקער הי"ו. - ר' לייבוש עזריאל אפפעל הי"ו. - ר' מענדל ברוך הערשקאוויטש הי"ו. - ר' יוסף ברי"ד מארקאוויטש הי"ו. - ר' יוסף יושע ראזענבערג הי"ו. - ר' אשר זעליג בר"ד לעוו הי"ו (לאנדאן).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי פריעד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25. - בעל תפילה:הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום ראזענצווייג הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו. - לוי: הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א. - שלישי: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת זכור און געטייטשט אז די מלחמה פון עמלק וואס האט געוואלט אריינברענגען א קרירות און נסיונות אין אידישקייט גייט אן עד היום הזה, און די סטרא אחרא פראבירט אריינצוכאפן כלל ישראל אין זיין נעץ מיט נסיונות אין שמירת עיניים און הרהורים אסורים, אבער אויב מען שטארקט זיך אויף די נסיונות איז מען זוכה צו פארשטיין און געדענקן די תורה הק', און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים וואס איז גאר א דערהויבענע צייט און געזאגט אז מען קען ביי קריאת המגילה אויספועלן כל מילי דמיטב.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו (וומסב''ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו. - שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בתו למז"ט, עס איז אנוועזנד געווען דודו הגה"צ רבי ישראל יעקב לאנדא שליט"א אב"ד באר שבע, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה, און דערנאך איבער די דירות פרייזן אין קר"י ווי ר' עקיבא הערש הי"ו האט געהאט די זכי' צו זיין די נחשון זיך צוצושטעלן צו די תקנה פון רבינו שליט"א בנוגע די ביליגע דירות פרייזן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. קריאת התנאים פון די מחותנים הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א (מאנטרעאל) און הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו, דער רבי האט געליינט די תנאים געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע שליסן זיך אן יערליך מיט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' מאנסי, עס איז פארגעקומען א פאנעל מיט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה''ח ר' אהרן ווייס הי"ו - מגדולי תומכי מוסדותינו הק', אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יונתן שווארטץ הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן געלט להחזקת לימוד התורה פון תשב"ר, און ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע שטייגט בכמות ובאייכות און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער מנהגי פורים ביי רבותינו הק' זיע''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א הגדה לב אהרן פאר אלע נדבנים, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday12 Adar 57863/1/2026
Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים משמיע זיין דב"ק והדרכה פאר די תלמידי המתיבתא לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט, בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
דינסטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האבן די בחורים אנגעהאט קאשקעטלעך לכבוד חודש אדר און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מנהלים און מלמדים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די היסטאריע פון חסידישע היטן במשך הדורות.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' בערל ברמ"י הירש ע"ה, צווישן זיי בניו הרה"ג ר' דוד שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ג ר' מרדכי שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
מיטוואך תצוה
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו. - ב"ר יעקב לאזאר הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. - סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה יהושע נאכן עלטער זיידע האדמו"ר מישועות משה זצ"ל. נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכלי הפאליש, במשף די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יושע פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה פליישמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די גבאים פון קופת רבינו - קופת אבני חסד מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה לקראת יו"ט פורים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו. - הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו.
דאנערשטאג תצוה
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר קלמן אליעזר שמעא הי"ו. - ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו. - ב"ר ארי' ב"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, זיידעס, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני פורים און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד רב טוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די שמחה זאל וועלכע ווערט געבויעט לטובת די מתפללי הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען א לענגערע צייט הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ובני משפחתו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה והכנה לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים בנוגע די לבושים, נגינה, און התנהגות אום יו"ט פורים, און גערעדט בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע צאלן אויס די שטריימלעך פאר רוב חתנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די תלמידים פון מוסד המספיק וועלכע זענען אויפן וועג צו א שבת התוועדות וועלכע קומט פאר אין המספיק רעזארט, די קינדער זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע פונעם מוסד.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. - הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני קבוצת אנ"ש אריזאנע אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי וחבר וועד הרוחני, און דער מייסד היישוב הרב יושע רובין שליט"א, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אסיפת אריזאנע וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג אין די פארגאנגענע וואכן און דערביי איבערגעקוקט בקורת רוח נייע אפליקאציעס פון אינגעלייט מחשובי אנ"ש איבער ניו יארק וועלכע פלאנירן זיך אהינצוציען, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרייזן פון די דירות און די פרנסה ערמעגליכקייטן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
פרייטאג ערש''ק תצוה
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אפרים ברי"ב שטערן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן בוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל ב"ר מרדכי הערש הערשקאוויטש הי"ו. - ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו. - ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday5 Adar 57862/22/2026
Report
מסע קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מוצש''ק משפטים, זונטאג, מאנטאג תרומה - עיר האבות סיגוט
מוצש''ק ארום 11:00 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט פון ווי דער רבי אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים ופרנסי הקהלה האבן זיך געהויבן ארום 12:40 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין באניע רומעניע.
אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין זיינע קביעות'דיגע שיעורים א לענגערע צייט.
ארום 5:00 פארטאגס ניו יארקע זייגער האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אויפן פריוואטע פליגער. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 3:30 נאכמיטאג (8:30 אינדערפרי ניו יארקער צייט) האט די פליגער געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד. נאך מסדר זיין די פארמאליטעטן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען בעיר האבות סיגוט ווי דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן אנוועזנדן ציבור, און נאך א קורצע צייט געגאנגען אין מקוה.
נאך די מקוה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל משה ארי' אינעם שוהל הויף, בעל תפילה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע זענען אריבער פילע אנ''ש פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הילולא קדישא בצל הקודש פון רבינו שליט"א.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל משה ארי'. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שלחן הטהור וסעודת הילולא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' און פילע אנ''ש. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען ביי רבותינו הק' זיע''א.
ביים אמירת לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', און נאך די פלייש דערציילט סיפורי קודש, און ארומגערעדט איבער די היסטאריע און די השתלשלות פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל ייטב לב זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א ואחריו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, און דערביי ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם בעל הילולא זיע''א. דער רבי האט ממשיך געווען בקול רגש און געזאגט אז מען גרייט זיך ארויפצוגיין פוקד זיין די ציון הק' וכשם שבא לראות כך בא ליראות... מען קוקט זיך אן און עס כאפט אן א בושה ווער בין איך ארויפצוגיין צום זיידנס ציון, אבער אז מען גייט ארויף אינאיינעם מיט די בחורים טרייסט מען זיך אז אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך דעם דרך פונעם בעל הילולא אויפצושטעלן חסידישע בחורים אין דעם זכות קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די דיבורים און תפילות פון א צדיק לאזט א השפעה לדורות עולם פאר ווער עס גייט אין זייערע דרכים, און דער בעל הילולא איז זיכער משפיע כל טוב פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פוקד זיין דעם ציון הק' און פאר גאנץ כלל ישראל. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
מאנטאג תרומה - יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א
באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:10 איז דער רבי ארויף צופיס צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים. ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הגה"ק רבי משה יוסף ז"ל אבד"ק אוהעל.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם קדושת יו''ט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך המקובל פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש, און דערנאך געלערנט די משניות און געזאגט קדיש דרבנן. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א, דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור צו איבערגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט''א וואס דער רבי האט געליינט און דערנאך אראפגעלייגט ביים ציון הק', און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט. דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם ייטב לב זיע''א אראפגעלייגט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א.
ארום 8:40 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית מעוטף מיט טו"ת, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית לרגל די הילולא קדישא.
- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). - בעל קורא: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו. - שלישי: רבינו שליט''א. - הגבה: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י). - גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון א צדיק גייט נישט לריק און פארציילט א מעשה פונעם בעל הילולא וועלכע האט געזאגט אז זיינס א ברכה גייט נישט לאיבוד, אויב נישט תיכף דאן שפעטער, דער רבי האט אויסגעפירט אז דער בעל הילולא בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען אויף זיין ציון און עס איז זיכער אז יעדער האט געפועלט אלעס גוטס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט דעם שוהל הויף אויפן וועג צום באניע לופטפעלד, ווי ארום 3:15 האט זיך דער רבינ'ס פליגער געהויבן ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער לפאר בראש פונעם חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש "היכל לב אהרן".
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מסע קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע"א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מאנטאג, דינסטאג תרומה - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער
די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:15 אינעם מאנטשעסטער עירפארט ווי עס האבן אפגעווארט נכבדי אנ''ש הרבנים הגאונים שליט"א והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק', אין שפיץ פון הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט א וועג פון ארום 40 מינוט אין די קאר פונעם בונה ההיכל הרבני הנכבד מוה"ר חיים יוסףס גרינפעלד הי"ו מראה"ק צו די אכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א. נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק', און נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק בדרוש ואגדה און דברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע פרטים וואס עס פארלאנגט זיך פון א סאטמארע בחור בעניני תפילה, לימוד התורה, חסידות, טעכנעלאגישע כלים, און די גאנצע התנהגות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל קעללנער שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט א גארטל פאר אלע בחורים.
ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה והלכה, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א בבית מדרשו, עס איז אויך אנוועזנד געווען ח"א הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען. און נכדו הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו מאנטשעסטער. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט און האדמו"ר מהורדענקא שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו אור יצחק, מען האט אריינגעברענגט מזונות און קוגל און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש, האדמו"ר מהורדענקא האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול אויף א באזוך אינעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן. דער רבי איז ארום אינעם גאנצן היכל און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו מראה''ק ובונה היכל המפואר לב אהרן, דער רבי האט שטארק באוואונדערט די שווערע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט צוצושטעלן אלע פרטים אויפן שענסטן אופן כראוי לכבוד התורה ולתועלת פאר די לומדי ההיכל.
ביים ארויסקומען פונעם היכל האט אפגעווארט און שלום גענומען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לאנדאן צום מעמד חנוכת הבית וקבלת פנים.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע, און פילע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער. ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, מען האט מאריך געווען מיט ניגוני תורה לכבוד המאורע. עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים און אויפגערופן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער בפרט און בשם אלע אנ''ש פון אייראפע.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור ובמיוחד פאר די בוני ההיכל הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וחתנו האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו.
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן ומגדולי נדבני ההיכל זאל אויפטרעטן לכבוד המעמד און דערנאך אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, און דערנאך ארויפגערופן די איבריגע שותפים נכבדים פטרוני שם ההיכל אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, ה"ה הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, האברך ר' שמואל בענעדיגט הי"ו, הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו, הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, און צום לעצט הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה א זילבערנע האניג האלטער. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו מראשי חברי הנהלת ההיכל בארה"ב.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והדרכה, דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא פון די שטאט מאנטשעסטער מיט אירע חשובע רבנים, בעלי בתים, אברכים, און קהלתינו הק' בפרט, און ממשיך געווען בדברי דרוש ואגדה מיט עטליכע בחינות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה וואס אין דעם זכות איז געווען די נס פורים און געזאגט אז איינער וואס איז עוסק בתורה טוישט עס די גאנצע מענטש, זיין דאווענען איז אנדערש, און זיין גאנצע התנהגות איז אנדערש, און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מעמד ווי מען באנייט א היכל התורה ספעציעל אויף צום לערנען, עס איז טאקע געבויעט געווארן פאר חברי קהלתינו הק' אבער עס איז געמאכט פאר אלע תושבי העיר, יעדער וואס זיכט א רואיגע פלאץ צו לערנען ערב ובוקר וצהרים איז געלאדענט צו מרבה זיין לומדי תורה, אונז האמיר דאס שוין אויף אנדערע מקומות און עס האט געוויזן אז ישראל קדושים הם און עס איז מרבה לומדי תורה און דאס טוישט יעדעמס התנהגות, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אזויפיל געלטער צו מקיים זיין ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אזוי אויך די חשוב'ע עסקני ההיכל ישלם ה' פעלם וצדקתם עומדת לעד, און מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
דינסטאג תרומה - א' דר"ח אדר
אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה אין שטוב פון ב"ג הרה"צ רבי חיים מאיר ערנסטער שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער. נאך די מקוה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בתו היולדת אשת נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש און די עלטערע ילדי מוסדותינו הק' ובחורי ישיבתינו הק'.
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו (מאנטשעסטער). - ב"ר משה יצחק גליק הי"ו (לאנדאן). - ב"ר משה יודא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן). - ב"ר יואל נתן גרינפעלד הי"ו (לאנדאן). - ב"ר חיים אביגדור קארנבלי הי"ו (לאנדאן). - ב"ר משה לייב עפשטיין הי"ו (לאנדאן).
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתלהבות אש.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל. - בעל קורא: הר"ר יואל קעללנער שליט"א. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) מנדבני ההיכל. - שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א. - רביעי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי) מנדבני ההיכל. - גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יצחק יעקב ווייס שליט"א בן הגה"צ רבי פנחס שליט"א רב דביהמ"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה החדש היכל לב אהרן צום מעמד קביעות מזוזה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן גרויסן שער ההיכל, דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו בשם די וועד בוני ההיכל און האט באגריסט די איבעריגע נדבנים וועלכע מ'האט נישט דערמאנט ביים חנוכת הבית.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש ואגדה בעניני לימוד התורה אויף עטליכע אופנים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והדרכה, זיך צו קובע לימוד זיין אינעם היכל התורה, עס איז טאקע א שיין היכל אבער א עכטע שיינע היכל איז ווען עס איז פיל מיט לומדים, זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' יעדער לפי בחינתו, און ממשיך געווען בעניני צו דאווענען על הסדר אנגעהויבן פון ברכות, און דערמאנט די סגולה פון אמירת קטורת, בעניני צניעות ביי אנשים נשים וטף פון קאפ ביז פיס, בעניני טעכנעלאגישע כלים, ועוד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א געזעגנט פון רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין ניו יארק צו א חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען מיטוואך אין קר"י. מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו מראה"ק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגופא אהערצוקומען מחזק זיין קהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי מוסדותינו הק' פון אלע יארגענג, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, פאר הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער פיר טויזענט שעות רציפות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די עלטערע תלמידי המוסדות אלץ הכנה צום ביקור קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר אלע תלמידים. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל ווי אלע תלמידות זענען געווען פארזאמלט בחצר הבנין, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני צניעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
ארום 2:45 האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה ווי אנ''ש האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ לברך ולהתברך לויט א ספעציעלן סדר. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק ובונה ההיכל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' אלחנן טויבער הי"ו (לאנדאן).
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדבנים פטרוני שם ההיכל התורה און ראשי קהלתינו הק' מאנטשעסטער, מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים. עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק', וועלכע האבן ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט די פילע פעולות פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף הי"ו לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער. מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן. שושנת יעקב: הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
צום בענטשן איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד.
מיטן ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו.
ביים ענדיגן האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו מראשי עסקני קהלתינו הק' ובפרט פארן היכל התורה החדש, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמני כניסה פאר ביז ארום 8:15. בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הנגיד הנכבד הרה''ח ר' יחזקאל שרייבער הי''ו פון לאנדאן האט אפגעקויפט א גרויסע זכות פאר א ריזן סכום אינעם היכל התורה 'לב אהרן', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה בעיר מאנטשעסטער יצ"ו אינאיינעם מיט הנגיד המרומם הרב יהושע עוזר האלפערן הי"ו מראה"ק מחזיקי הדת בעיר מאנטשעסטער יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני העיר און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בפו"פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג צום עירפארט.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים בנין הת"ת 'בנין ווידער' ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפן נייעם חלק פונעם בנין וואס די ת"ת האט לעצטנס אפגעקויפט, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג 'שער ראזענבערג' און דערנאך אריין אינעם בנין אויף א קורצע מסיבת לחיים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע חברי הנהלת המוסדות און די עסקנים. מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און דער רבי האט ממשיך געווען די וועג צום לופטפעלד.
ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם עירפארט, און דער רבי איז אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים מיטן אנוועזנדן ציבור. ארום 9:30 איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער און נאך א קורצע צייט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער. אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען אין זייער שיעורים א לענגערע צייט, און שפעטער האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער פארשידענע היסטאריע קאפיטלך בקורות עם ישראל.
ארום 12:00 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם טיטער-בארא עירפארט און נאכן מסדר זיין די פארמאליטעטן איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י. דער רבי איז אנגעקומען אהיים ארום 1:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תרומה - ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו. - ב"ר יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן עולה זיין גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה בעיר האבות סיגוט יע"א /מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערביי האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימודי שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א אפנעמען א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין קר"י, דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און משבח געווען דעם נייעם היכל התורה וועלכע איז א כלולת יופי לכבוד התורה ולומדיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
דאנערשטאג תרומה
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' אלי' בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד שכונת זרע קודש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל, נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו. דער רבי איז אריין אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די שמחה זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה, און דאן ארויף צום אויבערשטן שטאק און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג. דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און ארויסגעברענגט אז יעדע ביהמ"ד פארמאגט קדושת ארץ ישראל, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים און ערליכע בעלי בתים, און דאס נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אינעם קייט פון קהלתינו הק', און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק', און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך ממשיך געווען מיט ההדרכה פאר אנ''ש זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען נאר צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים און שיקן אין אונזערע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט די ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער נדבן הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו, אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, און מּחמיו הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו, צו טאנצן מיט די ספר תורה. אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו יו"ר הנהלת מרכז עזרה ויעוץ בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע מצב פון גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א. ארום 7:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בשכונת חתם סופר אין מּקר"י המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א און הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א בן /חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו /בנו וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין שיכון סקווירא און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו. - הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד הקריאה שע"י חומת העיר, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י ומו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פון די פעולות הוועד און אויסגעשמועסט פילע הוראת והדרכות און מאציל געווען מברכות הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
פרייטאג ערש''ק תרומה
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר זאב פאלאטשעק הי"ו. - ב"ר מאיר זאב מענדלאוויטש הי"ו. - ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו. - ב"ר מיכאל איצקאוויטש הי"ו. - ב"ר משה אלי' גראס הי"ו. - ב"ר יוסף אלי' אפענהיים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען חתנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א היושב ע"פ אמו הרבנית הצ' מסיגעיט ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון שנת האבילות און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ די קינדער יתומים און די עסקנים פון די אור חדש ארגענעזאציע וועלכע האבן אפגעראכטן א שבת התחזקות אין די קעטסקילס, דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די יתומים און אלע קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקני אור חדש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday26 Shevat 57862/13/2026
Report
פרייטאג ערש''ק משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:20 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א. ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל ברי"י פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל ורמ"י הישיבה, פארן בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'נתקשה משה במחצית השקל הראה לו הקב"ה מטבע של אש' און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט א מצוה מיט א ברען ובהתלהבות אש האט עס א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה, און מעורר געווען די בחורים צו דאווענען מיט א ברען און טוהן אלע מצוות בהתלהבות אש, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday23 Shevat 57862/10/2026
Report
שב''ק פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א אבד"ק פינטשוב
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי קובע געווען די מזוזות אויף די נייע פארענדיגטע זאלן בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. - החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו. - החתן יודל ב"ר לייבל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה, און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר מרדכי דוד ראטענבערג שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 7:30. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות התורה והחינוך בארגענטינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א. - הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. - כל מקדש: הר"ר שלום וואגשאהל שליט"א (בלומינבערג). - מנוחה ושמחה: הר"ר ברוך ראטענבערג שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
- קה אכסוף: הר"ר ישעי' יוסף בעק שליט"א (מאנסי). - ברכת המזון: האדמו"ר ממאשלוי שליט"א. - ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. - ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א. - קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א (ב"פ). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א און די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ. - אז ביום השביעי: הר"ר לוי יצחק ראזענבוים שליט"א, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. - ברכות: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג. - פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן שפיגעל שליט"א (ב"פ). דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הגה"צ ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א אב"ד קראלי פלעטבוש. - פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א. - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. עליות. - כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג). - לוי: נכד רבינו החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א. - שלישי: החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן בהר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א - באווארפען. - חמישי: החתן יעקב שלמה ב"ר אייזיק הערש ברא"י בערקאוויטש הי"ו. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' מרדכי לייב צוויבל שליט"א. - ר' חנני' יו"ט ליפא ברא"י דייטש הי"ו. - ר' יעקב ברש"י גוטמאן הי"ו. אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- שביעי: החתן בהר"ר יואל פיש שליט"א. - אחרון: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו. - מפטיר: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו. - הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
- מוסף: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף ב"ר אלימלך לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
מיטאג טיש וסעודת שבת שבע ברכות האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש, מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. - ברוך ה' יום יום: הר"ר יקותיאל יודא דוד ראזענבוים שליט"א. - ברוך קל עליון: הר"ר משה לייפער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט אז יתרו האט בשעת די שיעובד מצרים שוין געזען די גאולת מצרים און זיך שוין דעמאלטס געפרייט ע"ש העתיד. - ברכהמ''ז: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א. - ברכות ראשונות: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א. - ברכה אחריתא: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00. - בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו. - לוי: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א. - שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הגה"צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט"א. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויספר משה לחותנו' און געטייטשט אז פון יעדע מצוה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים טוהן נאך מצוות און די זעלבע חלילה ביי א עבירה, און אפילו מען זאגט געווענטליך אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה דאס איז נאר ביי סתם עבירות, אבער ביי עניני קדושה ווי די מחשבה איז אויך א עבירה ווערט אויך באשאפן א מלאך פון א מחשבה, אבער ביי יעדע קרעכץ און מחשבת חרטה ווערן די מלאכים הרעים פעלער'דיג, און ממשיך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט שוין ביי די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם און אז מען מאכט זיך א חשבון הנפש וואס מען האט אויפגעטוהן אין די פארגאנגענע וואכן איז די מצב גאר ביטער, אבער דאך דארף מען געדענקן אז מען דארף איינרייסן און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו א אמת'דיגע מחשבת חרטה און נאכדעם וועט שוין הקב"ה צוהעלפן און מבטל זיין אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות און זיי לאזן אים נישט תשובה טוהן און נאך וואס זיי וועלן בטל ווערן וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל מאיר ווייס הי"ו. פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:30.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש צו די שבע ברכות צוגעשטעלט דורכן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די בחורים חברי חבורת קדושת יו"ט שע"י ישיבות קטנות פון וומסב''ג וועלכע איז נתייסד געווארן דורך הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו לערנען ספרי חסידות מידי שבוע בשבוע ובפרט פאר די ימים טובים. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומסב''ג האט פארגעשטעלט פילע שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן בנוגע פילע ענינים בנוגע מנהגי ישראל, חסידות, לימודים, און נאך, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די בחורים בדברי הכנה ליו"ט פורים און צווישן אנדערע אויסגעשמועסט די כח פון נגינה און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די היינטיגע ניגונים אויף וואס מען טאנצט ביי חתונות און מעורר געווען אוועקצושטיין פון די היינטיגע ניגונים און מסיים געווען בברכת קדשו.
זונטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - בן הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג. - ב"ר יושע העשיל שארף הי"ו. - ב"ר יואל קאהן הי"ו. - ב"ר דוד יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו. - ב"ר יצחק שרגא האלצמאן הי"ו. - ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו. - ב"ר יהודה ווייס הי"ו. - ב"ר עמרם נויאוויטש הי"ו. - ב"ר זאב שערצער הי"ו. - ב"ר דוד לעווי הי"ו. - ב"ר שאול בראך הי"ו. - ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו. - ב"ר שמואל גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה. נאך מנחה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די גרויסע מלוה מלכה וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת פאר די תלמידי המתיבתא זיך צו מחזק זיין בנוגע צמצום הוצאות החתונה ובפרט בנוגע די מוזיק צו ניצן נאר 'די דזשעי' מוזיק, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פון די עסקנים און שטארק מחזק געווען די בחורים עסקנים צו קענען אויפטון ווי מער צו שפארן אידישע געלטער און מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הר"ר יחיאל מיכל טרעגער שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' ישראל מרדכי ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' באנדא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 9:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמסיטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנ''ש. מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום, אויף די טישן זענען געליגן פילע פראכטפולע אויסשטעלונגען פון פארשידענע מיני פירות לכבוד היום. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען בנגינה, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוגים און מען האט פארטיילט שיריים.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק. - ערשטע דב"ק: מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט ווען עס איז פערציג טעג פאר בריאת העולם לר' יהושע, דורך מאכן די ברכות איז נישטא די טענה פון די מלאכים פון דינא דבר מצרא וויבאלד עס איז דא א פסידא פארן מוכר אז מלאכים קענען נישט מאכן קיין ברכות ווערט בטל זייער טענה. און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה.
- צווייטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט, אין דעם טאג איז עלתה במחשבה פון הקב"ה צו באשאפן די וועלט כדי די אידן זאלן קענען מקבל זיין די תורה, איז מען מרבה בפירות וואס ווייזט אויף מצוות דרבנן, איז נישט דא א טענה אז עס איז געווען בכפי' וויבאלד משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו, דער רבי האט מוסיף געווען אז לפי רוב שיטות זענען די מצוות דרבנן יא כעין דאורייתא במילא מוז מען זאגן אז די פירות זענען די מילי דחסידא און מנהגי ישראל, און דורכ'ן מקיים זיין מנהגי ישראל ווערט בטל די טענה אז מתן תורה איז געווען בכפי'. דער רבי האט דערמאנט וואס מען האט גערעדט ליל שב"ק פרשת תולדות העעל"ט באתרא קדישא מירון איבער זאגן די פרשת הקטורת יעדן טאג פאר שחרית, ביי חסידישע אידן איז מען מקפיד צו זאגן קרבנות פאר מנחה אויך, עס איז נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן נאר א מנהג ישראל וואס ווערט כעברענגט אין שו"ע, כהנה וכהנה איז דא יעדן טאג פילע מנהגי ישראל, גיין אין מקוה, וכו', אזוי אויך איז דא פילע חסידישע לא תעשה'ס, ס'דא זאכן וואס א חסידישע איד טוט נישט סיי בנוגע די כלים, מלבושים, און נאך פילע ענינים, און חמשה עשר בשבט איז די טאג וואס מען דארף זיך מקבל זיין איינצוהאלטן אלע מנהגי ישראל און נישט מזלזל זיין אין קיין שום חסידישע ענין, און אזוי אויך מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיטן לערנען ספר הק' קדושת לוי וואס גיבט אריין א חיות אין א איד. און מען האט ממשיך געווען צו זינגען. - דריטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות, עס איז דא נאך א טעם פארוואס עס איז דא א פסידא פאר הקב"ה אויב ער גיבט די תורה פאר די מלאכים, ווען א איד טוט תשובה מאהבה ווערן די זדונות זכיות און הקב"ה האט א שטארקע הנאה פון דעם, און דאס קען א מלאך נישט באווייזן, די תורה ומצוות זענען די עץ החיים און די זכיות וואס ווערט באשאפן פון די עבירות זענען די פירות, חמשה עשר בשבט וואס געפאלט אויס סוף פון די ימי השובבי"ם וואס די טעג זענען מסוגל פאר תשובה ותיקון המעשים און מען האט שוין באשאפן אסאך זכיות אין די פארגאנגענע וואכן, עסט מען פירות צו מרמז זיין די פירות וואס מען האט באשאפן און צוליב דעם האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, דער רבי האט פארענדיגט 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שערי שמחה' וויבאלד דורך די זכיות איז מען משפיע שמחה וישועות, און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין מרבה צו זיין בפירות און עפענען די שערי שמחה פאר יעדעם איינעם בכלליות ובפרטיות. דער רבי האט טועם געווען פון די אתרוג, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. - פערטע דב"ק: נאכגעזאגט פון בני יששכר אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א גוטע אתרוג, א אתרוג איז עצו ופריו שוין דאס קומט צו זאגן אז חמשה עשר בשבט דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל זיין עצו ופריו שוין, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליך מען זאל זען תענוג ונחת עד סוף כל הדורות. מען האט געזינגען ויהי זרעי מיט גרויס התעוררות א לענגערע צייט. - פופטע דב"ק, חמשה עשר בשבט איז ראש השנה לאילנות, ביי בריאת העולם האבן די דשאים געמאכט א ק"ו פון די אילנות אז זיי דארפן אויך וואקסן למינו, ביי יצחק אבינו שטייט אז ער ווערט געבענטשט דורך א ק"ו, מה דאך ישמעאל האט כל טוב איז דאך זיכער אז יצחק דארף האבן, און דאס איז אפילו ווען מען איז נישט אין אזא גוטע מצב ברוחניות, אבער ערגער ווי ישמעאל איז מען נישט, במילא חמשה עשר ווען עס איז ראש השנה לאילנות ווען די דשאים האבן געמאכט א ק"ו פון די אילנות מאכט מען אויך די ק"ו יצחק פון ישמעאל און עס ווערט נשפע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:10, נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
מאנטאג יתרו
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
בחדרו הפרטי זענען אריין בקו''פ הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י אינאיינעם מיט עטליכע מנהלים פון די ישיבות קטנות און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די קבלת טובות פון הונדערטער בחורי ישיבה קטנה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
שמחת החתונה פון הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, וחתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש. עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אבד"ק פינטשוב.
ארום 2:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה. - בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו. נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און דערמאנט די עלטער זיידעס הגה"צ ב"פ רב שליט"א לרפו"ש, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון ווי דער רבי האט געבענטשט די חתן.
ארום 6:55 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש. מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א - קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א. - ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן. - ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן. - עדי קידושין: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א. - עדי יחוד: הר"ר הערשל טעללער שליט"א און הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים. נאך די חופה האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען אנוואונטשן פאר די עלטער זיידעס גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א לרפו"ש, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכע זענען געזיצן אין די קאר נעבן די חופה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל תהילות יהוסף, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך די חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה בהיכל ביהמ''ד הגדול בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים שליט"א ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און דער רב שליט''א איז ארומגעגאנגן צווישן ציבור אפנעמען מזל טוב און געטאנצן מיט די זקני אנ''ש און אהבת קדומים. קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.
ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם החשובים קרובי המשפחה. - כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א. - כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. - כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א. - כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א. - כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א. - כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אקוויין שליט"א, דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:15, און אהיים לביתו נאוה קודש בביתו נאוה קודש זענען אריבערגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און הרה''צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו ברכת המזון און מצוה טאנץ. - ברכת המזון: הרה"ג ר' מאיר ראטענבערג שליט"א. - ברכות ראשונות: הגה"צ רבי זלמן לייב וואגשאהל שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וואודיסלוב זצ"ל. - ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלחנן ראטענבערג שליט"א אבד"ק וואודיסלוב.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש ובבכיות של שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש ובהרגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, מיט נכדו המחותן הר''ר חיים הערש שליט"א אינאיינעם מיטן חתן, און ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך מיט בני משפחתו און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דערנאך האט מען אויסגערופן דער זיידע הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך געטאנצן מיט אביו מרן רבינו שליט"א און מיט בני משפחתו פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, הגה"צ רבי וועלוול אנטפאנג שליט"א. און די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א. דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט אלע מחותנים און זיידעס שליט"א באזונדער. דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
דינסטאג יתרו
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל ברי"ל לאזאר הי"ו. - ב"ר יואל בר"י קאהן הי"ו. - ב"ר חיים הערש ברש"ע מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו (קר"י) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די מצה בעקערי דקהלתינו הק' אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר האפי' און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו מנהל בית האופה איבער די פילע חומרות והידורים וואס מ'האט איינגעפירט עפ"י הוראת רבינו די לעצטערע יארן, און דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות און דערנאך מפריש געווען חלה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע לומדישע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול, דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע טישן און זיך אומגעקוקט אויף די הונדערטער לומדי הכולל מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' אלימלך ברמ"ל לאנדא הי"ו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
מיטוואך יתרו
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו. - ב"ר ישראל צאהלער הי"ו. - ב"ר יצחק פאגעל הי"ו. - ב"ר ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אהרן יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו היושבים ע"פ אמו/אחותו אלמנת הרה"ח ר' דוד שווארטץ ע"ה.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביי די שמחת החתונה פון דור רביעי נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הכלה בת הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכן חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און זיך דערביי ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל בר"א ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' שמחה בר"י קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל שרגא יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו. - הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' קלמן עקשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א שלום נעמען פון רבינו שליט"א נאכן זיך צוריקקערן פון מנוחת הנפש אין אריזאנע, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער דיין שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע איז פארגעקומען דעם מאנטאג העעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
דאנערשטאג יתרו
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל פריינד הי"ו. - ב"ר משה יואל גרין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'. דערביי האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי הספד אויף ידידו הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ר"י הרמה לאנדאן ונשיא ארגון אדמת קודש להצלת קברי ישראל באייראפע, וועלכע איז נסתלק געווארן דעם מיטוואך. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו. - הרה"ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מנחם מנלי בראך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
פרייטאג יתרו
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר משה אליקים בריעה ראטה הי"ו. - ב"ר חיים שמואל ישראל עסטרייכער הי"ו. - ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. - ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר צבי יודא אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday17 Iyar 57855/15/2025
Report
שב''ק פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שמואל עקשטיין הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' שלום קליין הי"ו (ירושלים). מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחרי מות שני בני אהרן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב"פ 15 שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א דומ"ץ ור"י דינוב בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הנודע ביהודא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג י"ז אייר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ישראל דשונסקיא שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד ל"ג בעומר. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
עליות. - כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו. - לוי: ר' פישל לאנדא הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - שלישי: נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט ויקרא שמה בישראל 'גיטל' נאך די באבע הרבנית מגארליץ ע"ה. - רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. - חמישי: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א. - שישי: רבינו שליט''א. - שביעי: ר' נחמי' שלמה אינדיג הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - אחרון: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו. - מפטיר: הרה"ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג). - גלילה: הרה"ח ר' בנימין בר"מ הירש הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהילתינו ב''פ 15 שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בזאת יבוא אהרן אל הקודש' און געטייטשט אז צו קענען דאווענען דארף מען צוקומען צו די טרערן פון די עזרת נשים און אז די תפילת זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:30. - מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ח פעקעטע הי"ו. - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו. - כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג) חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'קדושים תהיו' און געטייטשט אז דורכדעם וואס מען איז ממשיך קדושת שבת מיט של''ס אין די וואכעדיגע טעג באקומט מען די כח זיך מקדש צו זיין במותר לך אויפן גאנצן וואך.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב. קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
נאך הבדלה האט דער רבי מבקר חולה געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה באבוב ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר דוד יחזקאל משולם טעללער הי"ו. - ב"ר אהרן יודא סטרולאוויטש הי"ו. - ב"ר יואל עמרם גרובער הי"ו. - ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו. - ב"ר אברהם שמואל בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו - אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט חברי הנהלת הקריה, אפנעמען דעם ברכת הקודש לרגל דאס אדורכפירן דעם נייעם געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, ר' שמחה האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט און אויסגעשמועסט אן ערשטהאנטיגער באריכט מכלי ראשון איבער די גאנצע השתלשלות פון די לעצטע פאר טעג איידער די געזעץ איז אריבער, און אלע לעצט מינוטיגע פרואוון דורך די שונאי הדת עס צו שטערן, און ארויסגעברענגט וויאזוי מען האט ב"ה געקענט דעגרייכן דעם זיג אדאנק די ריכטיגע קשרים וואס קהלתינו הק' האט אנגעקניפט מיט די ערוועלטע באאמטע, דורך די דורכגעטראכטע און ריכטיגע החלטות און אינדארסירונגען, סיי פאר גאווערנאר האוקול, און אזוי אויך פאר די אנדערע פאליטישע באאמטע, אן נאכגעשלעפט ווערן פון די ווילדע רעטאריק פון די גאס. דער רבי האט ווארעם באדאנקט ר' שמחה הי"ו מנהמת לבו הטהור בשם כלל ישראל תושבי ניו יארק פארן שטיין בראש פון די לעגיסלאטיווע ארבעט צו אדורכפירן די קריטישע געזעץ להצלת החינוך, און מאציל געווען מברכת קדשו ברכות לרוב אויף זיינע ווייטער'דיגע עסקנות.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
מאנטאג פרשת אמור - פסח שני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:. - לבן הנולד אצל ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' שלום גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' שלום פראנקעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד הנחת אבן הפינה ע''י כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פארן נייעם בנין אדיר ומפואר תל תלפיות דקהילתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד פסח שני, אויף א פראכטפולע פארנעם בביתו החדש פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די אלע נגידים בעם בוני ירושלים, וועלכע האבן מנדב געווען א מליאן דאלאר פארן אויפבוי פון מיאסטעטישן בנין האדיר.
ביים אנקומען ארום 4:45 האט דער רבי באגריסט די חשובע נגידים, און געדאווענט מנחה. נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה, ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה און קניידלך, און נאך די פלייש מצה כרעמזלעך כנהוג, און דער רבי האט פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור. במשך די סעודה האט מען געזינגן מערערע ניגוני יו"ט פסח ועוד.
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געעון אלע חשובע געסט און איינגעלייטעט די מסיבה, און אויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו חבר וועד קרן הבנין און שטייט בראש פונעם גאנצן פראיעקט, ווי ער האט צווישן אנדערע אראפגעלייגט פאר די נדיבים בעם א רעפארט פון אלעס וואס איז שוין געטוהען געווארן ביז היינט, און די אלע פלענער אויפן עתיד, און זיך באדאנקט פאר עטליכע נגידים ועסקנים וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות מזאל קענען צוטרעטן צו דעם פראיעקט ה"ה בראש וראשון דער רוח החיים פונעם פראיעקט הנגיד הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו, הנגיד הנכבד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, און דער איש ירושלים הנגיד הנכבד ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, ואחרון חביב דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען זיין די אכסניא פאר אזא הייליגע מעמד, און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון העלפן אזא ריזן פראיעקט.
דערנאך איז געזינגען געווארן הערליכע חרוזים ברגשי הלב דורך דער גאסט פון ארץ ישראל מוה"ר ישראל אדלער הי"ו, וואס האט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם מעמד קדוש.
מיט א חרדת קודש האט דער ציבור המשתתפים זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבינו שליט"א און געטייטשט בדברי אגדה בגודל קדושת היום, און דערנאך ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה פון אלע נגידים בעם וואס האבן די זכיה צו נעמען אנטייל אין אזא היילגן בנין אשר משם תצא תורה והוראה לכל העולם, ווי דער בנין וועט אנהאלטן איך זיך א תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל, מקוה טהרה, שטיבלעך, און א בית מדרש, פאר יונג און האלט, און דערמאנט לשבח פונעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפל הי''ו.
דאן האט רבינו שליט"א אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו דאנקען און לויבן פארן בורא כל עולמים אויף רוב רחמיו וחסדיו מיט נייעם געזעץ אין ניו יארק וואס וועט בעז"ה אפראטעוון דעם חינוך הטהור, און ארויסגעברענגט די אלע פרטים פון די ביטערע גזירה, שוין עטליכע יאר צוריק ווען מען האט זיך געגרייט צו די וואלן פאר גאווערנאר האט מען זיך געטראפן שטילערהייט מיטן גאווערנאר, און זיך געבעטן זי זאל זען אפצושטעלן די גזירה, דער רבי האט באריכות מסביר געווען וויאזוי דער סדר פון מאכן א געזעץ אין ניו יארק ארבעט, און אז עס איז זייער גרינג פאר א פאליטיקאנט צוצוזאגן, אבער מען האט געדארפט זיכער מאכן אז מען בעט א זאך וואס זי קען טאקע מסדר זיין. דער רבי האט דערמאנט לשבח דער מייסטער פונעם פלאן ה"ה הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס האט במשך די לעצטע פאר יאר אריין געלייגט א שווערע עבודה מיט אסאך געלט, און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' יושע עסטרייכער הי"ו, וועלכער קען זיך גוט אויס אין אלבאני און האט געהאט אגרויסן טייל אין דעם, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכער האט אויסגענוצט די פאליטישע קשרים אין אלבאני עס אהער צו שטעלן, און באזונדער ארויסגעברענגט ווי אזוי די קעגנערס פון אונזער חינוך האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די געזעץ, אבער בסייעתא דשמיא האט מען משנה געווען דעם געזעץ לטובה אויף אונזער זייט, און כאטש מען קען נישט וויסן וואס עס גייט זיין ווייל די רעגירונג גייט פראבירן צו זוכן לעכער און אויסטייטשן די געזעץ פארקערט, און עס קען נאך אנקומען אין געריכט. מען דארף דאנקען השי"ת אויפן עבר, און בעטן השי"ת אויף ווייטער, און באזונדער דערמאנט לשבח הרה"ח ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, די היימישע אסעמבלילייט וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן.
ביים שלוס פון די דברות קודש האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות לרוב פאר אלע נדיבים בעם זיי זאלן זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות בתורה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל זאב וויינשטאק הי"ו.
נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונען מעמד, ווען רבינו שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה פאר בנין הגדול והקדוש, ווען עס איז געזינגען געווארן ווארימע ניגונים ברגשי אש קודש, צווישן אנדערן האט רבינו שליט"א אריינגעלייגט עטליכע מטבעות פון רבותיה"ק זיע''א, און א שטיקל האלץ פון אדמת קודש וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געשטאנען דערויף אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל וואס דער בעל אכסניא הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו האט געהאט אין זיין באזיץ. און דערנאך מכבד געווען בניו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און די נדבנים און עסקנים אריינצוגיסן די אבן הפינה. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
דינסטאג פרשת אמור
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג', נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'.
נאכמיטאג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת שטוהל ע"פ אביהם הרה"ח ר' בערל ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 7:00 איז דער אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי הת''ת כתה ט' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' דעם פארלאפענעם פורים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די ראשי ועסקני קהילתינו הק' לינדען אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהילתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי ויו"ר וועד הכשרות דקהילתינו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבני' פון די מקוה טהרה פאר קהילתינו הק' נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן די וואך, און דער רבי האט באטראכט די פראכטפולע סקיצעס און פלענער פונעם מקוה, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה דקהילתינו ומוסדותינו אין שטאט, וואו מען גרייט זיך צווישן אנדערן צו עפענען א כתה ו' אינערהאלב מוסדותינו הק' צום פרישן לערן יאר, און רבינו שליט"א האט געהערט א באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שטאט, און איבערן בלי און וואוקס פון אנ"ש אין שטאט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויךמאיז אריין הגה"צ מגלאגוב שליט"א עם בנו הבר מצוה מקבל זיין ברכת הקודש, דער רבי האט געבענטשט דעם בר מצוה בחור און מאציל געווען מברכת קדשו פארן גלאגובער רב און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן אויף פסחים.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב חיים דוד צוויבל מראשי אגודת ישראל דאמעריקע, אינאיינעם מיט העסקן שמואל (סעם) סוטאן וועלכער לויפט פארן סטעיט סענאט זיץ אין בארא פארק צו ערזעצן דער געוועזענער סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די וואלן קומענדיגע דינסטאג, דערביי האט העסקן ר' חיים דוד זיך גאר שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן שטיין בראש המערכה למען הצלת החינוך אין ניו יארק, און פארן אהערשטעלן די נייע געזעץ לטובת עתיד החינוך וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין אלבאני. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פילצאליגע ענינים לטובת הכלל וואס מאיז עוסק יעצט אהערצושטעלן פארן חרדישן אידענטום, דער רבי האט אויסגעשמועסט אלע פרטים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אין קרית יואל ארום 1:45 האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן אין חצר פון ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
מיטוואך פרשת אמור
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אהרן זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל. - לבן הנולד אצל ר' מרדכי ירוחם מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל. - לבן הנולד אצל ר' לייבוש קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר נחמן קליין הי"ו. - ב"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו. - ב"ר יצחק הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש א מעמד הכנה ומסיבת לחיים לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות החסיד ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די זכיה צו פארן צו אזעלכע הייליגע צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחיהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר יודא מאלאח הי"ו, און וועט אריינגיין אין ביהמ"ד בית חיים דוד בשכונת פרי מגדים, דער רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו.