בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זוכן: „#מרכז_עזרה_ויעוץ”

געפונען אין די אלע שרייבווייזן (דריקט צו אויסלאזן):

פרייטאגד' תמוז תשפ"ג6/23/2023

בילדער · 6
ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומתיך בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגג' תמוז תשפ"ג6/22/2023

מודעה
מסיבת 'קבלת פנים' וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגכ"א אדר תשפ"ג3/14/2023

באריכט
זונטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו.
ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו.
ב"ר יואל שעהר הי"ו.
ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג צייט ארום 2:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און היסטאריע פון סיגוט און טשערנאביל אינדערהיים, דער רבי האט מכבד געווען האדמו''ר מסקווירא מיט פירות און לחיים און מאציל ברכת קדשו, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן קאר.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות און די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט''א - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.

מאנטאג פרשת ויקה"פ

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.

נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד.
ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.

ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א תמוז תשפ"א6/21/2021

באריכט
🌴 זונטאג בלק בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

ביים ארויסקומען פון מקוה איז די רבי צוגעגאנגען ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, עס איז אנוועזנד געווען די עסקנים און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הערש לאנדא ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יואל מאשקוויטש, וב"ר יואל בר"א קויפמאן, וב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר פנחס עזריאל מאנן -לאנדאן.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ב' - ג',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, אינאיינעם מיט תלמידי הישיבה "עסקנים למען כתיבת ספר תורה" וואס וועט אריין געגעבן ווערן און ישיבה, די רבי האט איבערגעקוקט די התחלת הכתיבה, און געוואונטשן ברכת קדשו.
*

נאכמיטאג האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת 'הכנסת ספר תורה' וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' קרית יואל, דורך הרה"ח ר' יואל ברב"ב פרידריך לע"נ בתו ע"ה, די רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען צו טאנצן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די בעלי שמחה, דערנאך האט די רבי פארגעזאגט לדוד מזמור, און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען נגונים און די רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעל שמחה, און דערנאך משמיע געווען קורצע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
*

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל סופר בן כ"ק גאב"ד בונעס איירעס, ר' יוסף מענדל פרידריך, באולם כינור דוד,
און ביים חופה פון די מחותנים ר' שלמה יודא שטיינמעץ, ר' ארי דוב קארנבלי, באולם בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, פון די מחותנים ר' משה יקותיאל שווארץ ר' נפתלי פריינד,
און ביים תנאים פון די מחותנים ר' אברהם מענדל ווערטהיימער ר' יצחק מנחם בערגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' תמוז תשפ"א6/20/2021

בילדער · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט צופרי ביים "קאמפיין טישל" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, פונעם וועלט בארימטן "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת בחורי ישראל בארה"ק, מען האט ארומגערעדט איבערן מצב הגיוס און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.

מערקט ביים טישל הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפנעמען די נדבות לטובת המרכז.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת חוקת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 9:05 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן,

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר "מרכז עזרה ויעוץ" להצלת נפשות בישראל בארה"ק.

נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי -וומ"ס בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין פון שכר מצוה בהאי עלמא, קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל -ירושלים, בענטשן: די אייניקיל הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה"צ ר' שמעון זאב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון הרה"ק רבי הערשל'ע זידיטשוב'ער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י"א תמוז, קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארץ -לאנדאן, ביי די פירות זענען די חתנים אדורך, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל, מען האט געענדיגט 1:35.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:30, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה שווארץ, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ -וומ"ס, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל,
עליות, כהן: הרב אייזיק כהנא, לוי: החתן ב"ר יוחנן מאנן, שלישי: החתן ב"ר ראובן מנחם שווארץ, רביעי: החתן ב"ר בנימין זאב שווארץ, חמישי: החתן ב"ר חיים מאיר ווייס, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' חיים הערש בר"י מיטלמאן, שביעי: החתן ב"ר זלמן לייב קאפפעל, הוספה: החתן ב"ר יחזקאל וויינגארטען, אחרון: החתן ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער, מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמעי פריעדלענדער -וומ"ס, גלילה: הרה"ח ר' יוסף הערש באנעט,
מוסף: הרה"ג ר' דוד פערל, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ -וומ"ס, מען האט געענדיגט 12:30.

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 9:00, מנחה: הרה"ח ר' חיים העלער -וומ"ס, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ווייס, כהן: הרה"ח ר' קאפל שעהנברוין, לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער -לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער,
ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' אליעזר לעיוו -לאנדאן, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'זאת חקת התורה' און געטייטשט בדרך מוסר אז דורך דורך דעם וואס אידן זענען באחדות ווערט מען ניצול פון מכות ביסורים, בפרט יעצט אין חודש תמוז ווען די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם, און מיטן מרבה זיין אהבה ואחוה שלום ורעות וועט מען זוכה זיין בקריאה של חיבה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העלער, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' חיים העלער, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגא' תמוז תשפ"א6/11/2021

מודעה
#מרכז_עזרה_ויעוץ 'נפשות+ועוד' קאמפיין אין פולן שוואונג!

ראטעוועט א נפש, און געווינט א פרייע וואקאציע!

תלמידי וחסידי סאטמאר למען אחב"י בארה"ק!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021

ווידיאו
אויסצאג פון די לענגערע שמועס ביים באזיך פון די משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ה' קרח 🌴

-נעכטן מיטוואך זענען אריין בקודש פנימה במעון קדשו בבית האכסניא הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי די רבי האט משמיע געווען א שיינע שמועס בדברי תורה.
אויך איז אריין בקודש פנימה -ווי געמאלדן- די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" און פון "ארגון משוך נועם" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א -תולדות אהרן, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, אזוי אויך הרה"ג ר' גבריאל דאווידאוויטש שליט"א -דושינסקיא, און הרה"ג ר' יעקב באטעלמאן שליט"א -מגדולי המחנכים, און הרה"ג ר' יוסף גערליץ שליט"א, און נאך אסאך עסקנים, און אויפן טעלעפאון הרה"ג ר' משה בלוי שליט"א -מגדולי המחנכים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבער די פעולות בארה"ק און די פלענער אין חוץ לארץ, און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.-
*

שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

ארום 9:15 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, די רבי איז צוגעגאנגען צו "הלל" בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און "גומל געבענטשט" מען האט געענדיגט 11:30.

ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה
ארום 11:50 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום "מעמד ההודאה" ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו וואס האט זיך א טרייסל געטאן ליל שב"ק און בניסי ניסים גארנישט געשעהן, די רבי האט געמאכט דעם ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה בשם כל אנ"ש וואס האבן זיך דארט געפינען, און מהאט געזינגען נגוני הודאה.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע -ווייטער פון נעכטן- פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה נאכמיטאג צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן, דערנאך האט אים די רבי מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו,
אויך איז אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז אריין במשך היינט און נעכטן "צענדליגע מנהלים עטה"ק" וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון "שקל הקודש" מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.

ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז און מטכס עצה געווען ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ "נפשי ועוד נפשות" קאמפיין וואס איז אריין אין פולן שוואונג פאר כלל חסידי סאטמאר, דערנאך האט די רבי משמיע געווען גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.

דערנאך ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר ר' רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו במירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווענען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.

צוליב די ריבוי העם פון הונדערטער אנ"ש אריינצוגיין בקודש פנימה וואס האט געשטראמט אן א אויפהער, איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה, ארום 8:15 האט די רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה, ארום 9:30 האט די רבי געדאווענט מעריב.

דערנאך האט זיך די רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
בילד
"ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ביים ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ז אייר תשפ"א4/28/2021

מודעה
מודעה מטעם הנהלת מרכז עזרה ויעוץ ארה"ב.

זונטאגא' ניסן תשפ"א3/14/2021

באריכט
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

היסטארישע דערלייכטערונג פאר ארעסטירטע דורך ציוני'סטישן מילטער, מילטער וועט נישט ערלויבט ווערן צו האלטן ארעסטאנט לענגער ווי א טאג צייט בעפאר משפט!!

פירות פון שווערע הארעוואניע דורך די געטרייע מצילי "מרכז עזרה ויעוץ" -היסטארישע דעגרייכונג איז נאך א רינגעלע אין לאנגע ליסטע פון ווייטגרייכנדעאויפטוען דורך די 'שילוחי כלל ישראל' וועלעכע זענען משים לילות כימים צו העלפן אחב"י בעת צר, און זיי ראטעווען פון די ציוניסטישע נעגל, "אשריכם מצילי ישראל!!!"

כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א זיך ספעציעל פארבינדן מיטן ראש המצילים הר"ר שמעון שישא שליט"א איבער די לעצטע אנטוויקלונגען, ספעציעל איבער די שטארקע פארשווערונגען לעצטנס אין נושא פון פטורים, און געשעפט שטארקע קורת רוח הערענדיג איבער פעולות חובקות וועלעכע ווערט אריינגעלייגט דורך די מצילי המרכז למען הצלחתן של ישראל, און מאציל געווען שטארקע ברכות קדשו שתשרה שכינה במעשי ידם צו קענען פארזיכערן אז קיין שום נפש מישראל פאלט חלילה נישט אריין אינעם מקור הכפירה והזוהמה, "ברכות צדיק יחולו על ראשם"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס