מיטוואך פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הבה"ח ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די קרומע שיטה פון די מזרח'יסטן זיך צו גרייטן צו ביאת המשיח דורכן פראקטיצירן צו טוהן די עבודה אין ביהמ"ק, בעת זיי זענען די וואס זענען מעכב ביאת המשיח.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הב' יוסף מנחם ב"ר אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב"ג).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30. בעל תפילה: ר' יצחק שמואל שווארטץ הי"ו (קר"י).
דאנארשטאג פרשת דברים
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הב' עזריאל ב"ר מאיר וועזעל הי"ו (קר"י). - פתיחה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). - בעל קורא: רבינו שליט"א. - ראשון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - שני: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו (קר"י). - שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו (קר"י). און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו. - גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:25.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday4 Menachem Av 57857/29/2025
Report
מאנטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין איידליס הי"ו (וומסב"ג). - בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). - פתיחה: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו (וומסב"ג). - בעל קורא: ר' חיים מענדל אקער הי"ו (קר"י).
- כהן: ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו (קר"י). - לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר בנימין איידליס הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: ר' בנימין איידליס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייטן פון אהרן הכהן און קרייזער רב זצ"ל וועלכע זענען אויסגעפאלן שב"ק ר"ח אב. דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער וויאזוי מען דארף אויסנוצן די היינטיגע טעכנעלאגיע לטובה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הגאון דומ"ץ קר"י שליט"א וועלכע זיצט שבעה ע"פ אחיו הרה"ח ר' יושע אהרן בערקאוויטש ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעזעגנט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' אשר לעמיל בהר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י), האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
די פארגאנגענע וואך לסדר 'אלה מסעי בני ישראל' איז אריין אין שפאנונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט בס"ד אויף פרשת תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען ס'איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך דאהי אין ארה"ק, הרבני החסיד הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו איש אמונים לימין כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו הרבני החסיד מו"ה שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב, ער איז שוין יארן לאנג מראשי העסקנים אלע נסיעות פון רבינו שליט"א. און האבן אפגעהאלטן אסיפות מיט די לאקאלע עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש, און געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער אין אתרא קדישא מירון יצ"ו וועלכע וועלן בעז"ה אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש בצלא דמהימנותא במקהלות אלופי אלפי ישראל כ"י מארץ ומגולה.
תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד דאהי אין אר"י מאנטאג פארנאכטס זענען די געסט אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים בארה"ק, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן קיין ב"ב ווי ס'איז פארגעקומען די ערשטע זיצונג מיט די ראשי העסקנים דקהלתינו וועלכע האבן אנגעפירט דעם פאריגען אומפארגעסליכע שבת פקודי אין מירון, מ'איז אריבער אויף אלע פרטי פרטים וואס צו ערווארטן אויף דעם געפלאנטן שבת בס"ד.
צומארג'נס דינסטאג פון גאנץ פריה אהן איז מען געווען אין אתרא קדישא מירון און געזיצן מיט די גרויסע ארגאניזירער אויף אלע פלענער און חלקי השב"ק על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאוניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק אז ס'זאל קלאפן בס"ד אויף הונדערט פראצענט עצהיו"ט.
עקסטערע האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, און אזוי אלע דערפלעך ארום, צו פלאנירן דאס אוישטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, כדי צו קענען אקאמאדירן אזא ציבור אידן בליעה"ר, וועלכע אנטשפרעכט צו זיין אין א בחינה פון א קיבוץ גליות פון שווערע טויזנטער אלופי אלפי ישראל מכל קצוי תבל ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די עבודת הקודש פון אויסשטעלן אזא שבת אין מירון היינט צו טאג, איז פיל פיל שווערער בדמי"ם תרתי משמע, צוליב די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו', וואס כמובן ברענגט דאס מיט זיך אויך העכערע קאסטן און מער קאמפלעצירטע ארבעט.
אינטער א ברענעדיגן זון און שווערע היצן פון אריבער 105 דעגרי [לויט ווי מ'רעכנט אין אמעריקע] וואס הערשט אין די טעג אין מירון, זענען די עסקנים אינאיינעם מיט די געסט און ארגעניזירער געשטאנען אויף די שטחים אויסצפלאנירן אלע אפציעס, צו פראבירן אהערצושטעלן די געהויבענע מעמדים במשך דעם שב"ק, די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, וכו' אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך.
שפעט אויפדערנאכט - אבער נישט איידער א הייסע תפילה ביים ציון הק' אין די מערה אויף א הצלחה'דיגן שבת - זענען די געסט צוריקגעפארן קיין ב"ב צו זיצן אן אסיפה מיט די ארטיגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסארטיגער מעמד חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם בנין מפואר, די בית חינוך לבנות וואס איז געבויעט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, און ווערט נארוואס פארענדיגט בס"ד במלוא הדרו.
צומארגנ'ס מיטוואך צופרי זענען די געסט אריבער געקומען קיין ירושלים עיה"ק און געזעצן א לענגערע אסיפה מיט די היגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט בעיר הקודש ת"ו, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גראנדיעזער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול אינעם בנין המפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' וואס ווערט געבויעט מיט גרויס אימפעט לשם ולתפארת.
דערנאך אין די מיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דאהי אין ירושלים א צענטראלע אסיפה פון די הנהלת קהילות ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, ווי עס זענען אויך געקומען צו פארן די ראשי הנהלה פון בני ברק און בית שמש, וואו מ'האט בעצה אחת דורכגעשמועסט די דעטאלן איבער דעם מסע הקודש און דער שבת המרומם.
אורחינו הדגול הרב ר' נפתלי הירצקא הי"ו האט אויפגעטרעטן לכבוד הנאספים די געטרייע חברי ההנהלות פון אלע שטעט, און מיט פאסיגע רעיונות משבח געווען די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק וועלכע זענען מפורסם בקרב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיט זייער מסירות ונאמנות בלב ונפש לכל קדשי קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט אז ס'זאל זיין א ברייטע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים כאיש אחד ובלב אחד ווי יעדער וועט אויספירן זיין חלק צום מאקסימום
סוקסעס, וואס וועט זיכער ברענגען די ערווארטעטע הצלחה אויפן געהויבענעם שב"ק און בכלל די גאנצע געהויבענע נסיעה, לרומם קרן התורה והחסידות.
לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday3 Menachem Av 57857/28/2025
Report
שבת קודש פרשת מטו"מ, שבת ר"ח מנחם אב, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.
ערש"ק נאך די מקוה האבן די פאלגענדע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה:
- הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. - בנו הב' שמואל ני"ו. - הב' חיים זאנוויל ב"ר שלמה דוד ווייס ני"ו. - הב' יואל ברוך ב"ר משה כ"ץ ני"ו. - הב' יואל זאב נפתלי ב"ר שאול נח ניימאן ני"ו. - הב' זלמן לייב ב"ר ישראל שלום אונגאר ני"ו. - הב' משה ארי' ב"ר אברהם יושע גראס ני"ו. - הב' יעקב אליעזר ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ ני"ו. - הב' יושע ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו. - הב' משה ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו. - הב' משה הערש ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש ארום 8:50, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז - מנהל הישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און חשובע געסט מאנשי שלומינו און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון נראה ונדחה אינו חוזר ונראה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע גאנז הי"ו (לעיקוואד). ברכת המזון: הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון קרייזער רב הרה"ק רבי אהרן הלברשטאם זצ"ל, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום שב"ק ר"ח אב.
קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטריאל). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
וביום השבת
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. ברכות: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, (וומסב"ג). פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און אמירת הלל ברגש ובנעימה.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו ( קר"י). הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י). - בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו (מאנטריאל). - לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י). - שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). - חמישי: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ( קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו (קר"י). - הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. - הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו. - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו (וומסב"ג) - הבה"ח משה אהרן בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א (קר"י). - הר"ר בעריש גראס שליט"א. - הב' שמשון זעליג ב"ר יושע פישער הי"ו. - הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו (קר"י). - הב' אברהם ב"ר יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) - הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו - (קר"י). - הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו. (קר"י) - הבה"ח משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב"ג). - הרה"ח ר' יוחנן גאנז הי"ו (לעיקוואד). - אחרון: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו (קר"י). - הגבה אויפן ערשטן ספר: הבה"ח מאיר בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - גלילה: הב' יוסף ברוך בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - מפטיר ר"ח: הרה"ח ר' ישעי' דייטש הי"ו (מאנטריאל). מ'האט געזאגט די הפטורה פון השמים כסאי כנהוג. - הגבה: הב' יצחק בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - גלילה: הב' אברהם שמואל ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו (קר"י).
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לכבוד שבת ר"ח. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שלמה סעקולא שליט"א, ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דער נאך די סעודא עתיקא קדישא איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:30, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים, דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. ברוך קל עליון: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. ברכו נפשי לכבוד ר"ח: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:15.
רעוא דרעווין
שב"ק פארנאכטס איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.
- הוצאה והכנסה: ר' קלמן אליעזר ברמ"ש קויפמאן הי"ו - מאנסי. - כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י). - לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). - שלישי: ר' בערל ב"ר יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ).
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ), און דער רבי האט זיך באדאנקט. - גלילה: הב' אלכסנדר משה ב"ר דוד ברא"י ווייס הי"ו (מאנסי).
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש. מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר בימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דער טעם דערפון און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
- אודה הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א. - שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
ביי די תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אלה מסעי בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם דיבור פון הקב"ה פון 'ושבת עד ה' אלקיך' און 'ובחרת בחיים' דאס גיבט די שטארקייט פאר א יעדן איד צו קענען תשובה טוהן און דער דיבור איז א נצחי און האלט אן אפילו היינטיגע צייטן אז יעדער איד זאל קענען תשובה טוהן.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב"ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:25.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday29 Tammuz 57857/25/2025
Report
פרייטאג ערש"ק פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, - ב"ר יואל ב"ר אנטשיל גאלדבערגער הי"ו (קר"י). - ב"ר אלימלך בנציון וואלדמאן הי"ו (וומסב"ג). בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן קדושת לוי זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נסים וואס איז געשען אין קר"י ווען א קרעין איז אראפגעפאלן נעבן ביהמ"ד בית חיים יעקב דקהלתינו הק'.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. ביים זמן ר"ת ארום 9:30 האט דער רבי האט אנגעצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרי חידושי הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל וואס ער האט איבערגעדריקט, און הב' משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דאנארשטאג פרשת מטו"מ - יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א
אינדערפרי איז דער רבי אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, - ב"ר משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י). - ב"ר אהרן יוסף בר"י לאנדא הי"ו (קר"י) . דער רבי האט געצינדן 5 לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). - כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו (וומסב"ג). - לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און האט פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 7:20, דער רבי האט געצינדן 5 לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף 'ישמח משה' פון קר"י בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, פאר די פיש האט דער מנהל שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת בבא קמא וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו'. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי הערשל'ע ליסקער זיע"א וואס האט געזאגט זייענדיג ביים יארצייט אין איהעל אז דער הייליגער ישמח משה זיע"א שטייט און בענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דאס גייט נאך אן עד היום הזה און יעדער ווערט געבענטשט פונעם גרויסן בעל הילולא זיע"א. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 9:30, דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
נאך מעריב זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, אזוי אויך האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנשי שלומינו פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און הר"ר שמחה בונם פאנעט שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר באר שבע פון הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשווע וואס ער האט איבערגעדריקט מיט א הערליכע נייע אויפלאגע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 9:00 אזייגער. בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בנש"ק ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו (וומסב"ג). בעל תפילה: הב' מנחם מענדל ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו. - פתיחה: הרה"ח ר' מנחם טייטלבוים הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). - כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג). - לוי: הרה"ח ר' אשר אברהם לאנדא הי"ו. - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' יואל ווייסמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני תפילין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן מאנטאג כ"ה תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער. בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30. בעל תפילה: הב' שלמה ארי' ב"ר משה הירש הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday25 Tammuz 57857/21/2025
Report
זונטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר יעקב בר"ד פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג). - ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י). - ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו (מאנסי).
בעל תפילה: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש).
נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע מנהגים וויאזוי מען פירט זיך על אם הדרך, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, גייענדיג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער די וויכטיגקייט פון חזרת הלימוד.
דער רבי איז אריין געקומען צו מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' אברהם שלמה צין הי"ו (מאנטריאל).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday24 Tammuz 57857/20/2025
Report
שב"ק פרשת פנחס, מבה"ח מנחם אב, 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף דברי יואל.
ערש"ק נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען דעם פת פאר'ן עירובי חצרות וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי אנגעצינדן פינף לעכט ביים עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע איז געפאלן שב"ק כ"ג תמוז, דערנאך האבן עטליכע בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה, צווישן זיי: - נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו. - הב' נפתלי הערש בהר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א. - הב' יצחק הערש ב"ר יואל שטערן הי"ו. - הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן). - הב' שמואל זאנוויל בהר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א. - הב' יחזקי' פייביל וויינבערגער הי"ו. - הב' שמואל יודא ב"ר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:00 אזייגער, און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
במשך דעם גאנצן שבת האט דער רבי געדאאווענט אלע תפילות פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה. מזמור לדוד הבו לה' האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג. מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און מערערע געסט מאנשי שלומינו. מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א, ר"מ בישיבה. רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש צו מען האט געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל פאר מתן תורה.
קה אכסוף: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א, ר"מ בישיבה. ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז. קה רבון עלם: הר"ר מיכל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יעקב מערמלשטיין הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:50.
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:45, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה און תפילת שחרית, הלל הגדול און די שירה האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה פריעד הי"ו (וומסב"ג). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). - בעל קורא: הב' משה בהר"ר יצחק קויפמאן שליט"א (קר"י). - כהן: הב' הבר מצוה ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו. - לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יערמיאש הי"ו (מאנסי). - שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א. - רביעי: הבה"ח שמואל ב"ר הערשל ניישטאדט הי"ו (ב"פ). - חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו (קר"י).
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' אברהם הערש פריעד הי"ו (מאנטריאל). - הוספות: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו (ב"פ). - הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטריאל). - הרה"ח ר' יעקב ברוינער הי"ו (וומסב"ג). - הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו. - הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומסב"ג). - הרה"ח ר' יעקב פריעד הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב"ג). - הבה"ח שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטריאל). - הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א. - הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו (מאנטריאל). - הרה"ח ר' חיים לאנדא הי"ו (קר"י). - הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א, ר"מ בישיבה. - הרה"ח ר' יוסף משה פריינד הי"ו, ב"פ.
- הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו. - אחרון: הרה"ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי"ו (מאנסי). - מפטיר: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א, רב דקהל חסידים בעיסוואטער. - הגבה: הרה"ח ר' שלום פנחס באנדא הי"ו (קרית טאהש). - גלילה: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערג הי"ו (קרית טאהש). - מען האט געזאגט די הפטורה פון פ' מטות און פ' מסעי. דער רבי האט ר"ח געבענטשט בהתעוררות רב און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די קידושא רבא לרגל די יארצייט, נאך קידוש האט דער רבי טועם געווען מזונות און פיש, בשעת מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי נאכגעזאגט אז דער הייליגער שינאווער רב זיע"א האט אנגעוואונטשן ביי די ערשטע יארצייט פון זיין פאטער דער הייליגער דברי חיים זיע"א אז 'די נשמה זאל האבן אן עלי'ה', און געזאגט אז יעדע נשמה נישט קיין חילוק ווי הויעך ס'איז דארף נאך אלץ האבן אן עלי', און דער רבי האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די נשמה זאל האבן אן עלי', מען האט געענדיגט ארום 1:40.
ביי די סעודה עתיקא קדישא איז רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געטרינקן לחיים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: - ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו. - ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו. - דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעא רבה לאורייתא. ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:45.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושל"ש ארום 8:50. נאך קדיש האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה און צוגעגאנגען צום עמוד.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו (קר"י). - בעל קורא: הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו (קר"י). - כהן: הר"ר זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה. - לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א, ר"מ בישיבה. - שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו. דער רבי איז געגאנגען הגבה. - גלילה: הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי). ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש. - אודה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו. - שיר המעלות: הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז יעדע איד האט דעם שם הוי"ה אויף זיין פנים אבער אויב געט מען זיך נישט אכטונג אויף די אויגן פארלירט מען עס, און צוליב דעם איז דאס ביהמ"ק חרוב געווארן וויבאלד מען איז נישט געווען אפגעהיטן בעניני קדושה ושמירות עינים, דער רבי האט מאריך געווען בדברי מוסר אז יעצט ווען מען שטייט אין די ימי בין המצרים און 'כל שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו' במילא אויב איז דאס ביהמ"ק חרוב געווארן צוליב'ן חטא פון שמירות עינים דארף מען אין די טעג מאכן גדרים וסייגים אין די ענינים און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב"ג). (קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א וואס געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ח תמוז.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און הב' משולם ישכר בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די סעודת מלוה מלכה לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מ'האט געזינגען די זמירות, און מ'האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות, דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט ובפרט פון זיין גרויס השתוקקות צו די גאולה שלימה, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday22 Tammuz 57857/18/2025
Report
זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ: 8:11. תפילת מנחה: 8:50. עריכת שלה"ט: 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
זמן שחרית: 9:30. נאכן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא לרגל די יארצייט פון אמו של מלכות הרבנית הצדיקת פעסיל לאה בת רבי אהרן ע"ה. דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד בערך איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
זמן מנחה וס"ג: 8:50. זמן מוצש"ק 9:37.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס אנגעהויבן פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
מוצש"ק ארום 12:30 וועט רבינו שליט"א אריינקומען צו מלוה מלכה בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א וועלכע געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש"ק פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אין שעראן ספרינגס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומס"ב). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג). - לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). - שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב"ג), און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א. - גלילה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב"ג). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק רבי ישכר בער מבעלזא זיע"א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05. בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40. נאך מעריב האבן די פילע געסט שלום גענומען.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די ידידות פון מרן הקדושת יו"ט זיע"א מיט הגה"ק רבי רפאל גרויס זצ"ל מבערבעשט.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישער קאנפרענץ מיט די חברי הנהלה פון תורתך שעשועי, ווי דער רבי האט געהערט א שיינעם גרוס פון די ערשטע בחינה פונעם מחזור שני וואס איז פארגעקומען דעם מאנטאג, ווען נאנט צו 5000 מאנ"ש די בכל אתר ואתר האבן זיך געשטעלט נעמען די בחינה. עקסטער האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבין א הערליכן גרוס פונעם גרויסארטיגן סיום הש"ס מחזור ראשון וואס איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק, בראשות גדולי הדור ועל צבאם הגאון הגדול מרא דארעא קדישא שליט"א, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday20 Tammuz 57857/16/2025
Report
דינסטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. נאכן דאווענען האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נעכטיגע בחינה דורך חבורת תורתך שעשועי ווי קרוב צו פינעף טויזענט אנ"ש איבער דער גארער וועלט האבן געמאכט די ערשטע בחינה פונעם צווייטן מחזור.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05. בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40. בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי יעקב ראטטענבערג שליט"א - אבד"ק סאלקא מאנסי, וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבנדיגע PMR רעזארט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר.
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג). בעל קורא: ר' יוסף בר"א סימאן הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' זושא ווייס הי"ו (וומסב"ג). לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' בערל קאצנער הי"ו (ב"פ). און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ ר' יוסף מענדל פאנעט שליט"א - אדמו"ר ממעגלי צדק דעעש ב"פ. גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומ"ס). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00. בעל תפילה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday18 Tammuz 57857/14/2025
Report
זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י פרנס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן זיידן הגאון רבי מענדל זילבער שליט''א אב''ד פריימאן, בענינו של יום שבעה עשר בתמוז און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים וואלף שפילמאן הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת פרק כלל גדול דף סט. אין די סוגיא פון 'העלם שבת והעלם מלאכות' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא משולב פון דריי חלקים אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו. נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:59 אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.
ארום 7:56 פארנאכטס האט דער פליגער געלאנדעט אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום פופצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:25, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען. דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:41. בעל תפילה: הבה"ח מרדכי ב"ר יושע יאקאב הי"ו (קר"י). נאך מעריב איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.