מיטוואך פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 8:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג און ב''פ.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק. רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר אלעזר מענדל פילאפף שליט"א. ב"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו. בעל תפילה: הר"ר אברהם יונה שווארטץ שליט"א מלמד במוסדותינו הק' ב"פ.
נאך שחרית האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים פון מוסדותינו הק' פון וומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פארגאנגענעם יו"ט פורים לטובת מוסדותינו הק', דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.
ארום 12:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען צוריק אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון וומסב''ג בהנהלת הרה"ג ר' יודא בער טעללער שליט"א, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד שוין אויפן וועג ארויס, האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים אין מסכת קידושין. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און משמיע געווען דברות קודש בדברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:05.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלא ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 2:20, דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א, און פאר א לענגערע צייט פון אריבער א שעה שפאצירט צווישן די קינדער און זיך אומקוקנדיג מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים און פארהערט די קינדער צווישן זיי עטליכע איר-אייניקלך שיחי', וועם דער רבי האט עקסטער באגריסט און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די ילדי המחנה ווי זיי האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים. די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די תשב"ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג די גרויסקייט פון תפילות פון תשב"ר ובפרט פון זאגן אמן יהא שמיה רבא, און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:20 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה. ארום 5:10 איז דער רבי אנגעקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע שמאיע הי"ו - הרה"ח ר' יואל ב"ר יעקב אקער הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה - הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. הרה''ח ר' חיים בער גראד הי"ו - הרה"ח ר' חיים פריעדלענדער הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן בשכונת חתם סופר אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און וויזניץ, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו. הרה''ח ר' יואל זאב שעהר הי"ו - הרה"ח ר' יונה דוד פערל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50 און זיך באגריסט מיט גיסו כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און די רבנים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס, און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים, און עקסטער מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די חתונה ארום 1:15 אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א ר''מ בישיבת חכמת התורה בן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א. ב"ר יוסף שמעי' פאלאטשעק הי"ו. ב"ר נפתלי יוסף ווייס הי"ו. ב"ר אליקים געציל פרענקל הי"ו. ב"ר יואל ווייס הי"ו. ב"ר ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. ב"ר שלמה זלמן פוקס הי"ו. ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו. ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו. ב"ר יואל משה רייז הי"ו. ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו. ב"ר משה אלי' עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אברהם יששכר כייעם הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו, באולם גינת קליין. הרה"ח ר' לוי חיים שפיטצער הי"ו - הרה"ח ר' דוד העכט הי"ו, באולם קרן ויואל משה. הרה"ג ר' יושע שנעבאלג שליט"א - האדמו"ר מחוסט נאדבורנא שליט"א, באולם רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אין שיכון סקווירא און דער רבי אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו. הרה''ח ר' יואל כאירה הי"ו און הרה"ח ר' אלי' ראובן סאפדי הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ג ר' ישעי' פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א און הרה''ג ר' בערל מרגליות שליט"א מראשי חברי וועד הרחבת גבולי העיר קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די צדיקי בית דעעש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה, עקסטער האט דער רבי טעלעפאניש אנגעוואונטשן פארן זיידן הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א אבד"ק אהל משה אין וויען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️.
Report
מאנטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו (קר"י). פתיחה: הרה"ח ר' שלמה ברוק הי"ו (מאנסי), בעל קורא: ר' דוד אלי' גרינשטיין הי"ו (לעיקוואד). כהן: ר' יעקב ב"ר שלמה גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ירוחם ברומבערג הי"ו (לעיקוואוד). שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: ר' יצחק שלמה זילבערשטיין הי"ו. גלילה: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 2:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל עירפארט, דער פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 3:25 אויפן וועג אהיים און האט געלאדנט ארום 4:20 אינעם סטוארט לופטפעלד, פון ווי דער רבי איז אהיימגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה צו ביתו נאוה קודש אין קר"י. ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר אביגדור הערשקאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו, באולם כינור דוד. הרה"ח ר' וואלף בער לעבאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים ווי מען איז איבערגעגאנגען און אויסגעשמועסט א לענגערע צייט די ווייטערדיגע פלענער צו באקעמפן די גזירת הגיוס בארה"ק, צווישן אנדערע איז מען איבערגעגאנגען פלענער און דעטאלן פון א גרויסן יום תפילה וזעקה וואס דער רבי האט פאררופן מרעיש עולמות צו זיין איבער די שרעקליכע גזירה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה נישט פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל כ"ץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. בעל תפילה: הב' אשר זעליג ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הב' מנחם גרשון ב"ר יואל סימאן הי"ו (קר''). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:00 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו (קר"י). נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה תורת אפרים פון מאנסי אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הרה''ג ר' יעקב שווארטץ שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה, און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ואתחנן - שבת נחמו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל און א חלק תלמידי סניף ויואל משה.
ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבינ'ס קשיא. הב' נפתלי צבי ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו. הב' יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי"ו. הב' משה ב"ר יוסף לייב קויפמאן הי"ו. הב' מרדכי ב"ר שלמה זלמן עפשטיין הי"ו. הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. הב' שמעון ב"ר אברהם מאיר דירענפעלד הי"ו (בית שמש).
פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל איז מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף חיים מאלח הי"ו (קר"י), ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט י"ד אב, קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. ברכות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י), פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו (קר"י), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הבה"ח משה ארי' ב"ר אהרן אליעזר ווידער הי"ו (לאנדאן). רביעי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. חמישי: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. הוספות: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו (מאנטרעאל). הרה"ח ר' פישל גאלדבערגער הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יואל בר"מ שאלאמאן הי"ו (מאנסי). הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א. הרה"ח ר' בעריש פרענקל הי"ו (קר"י). הב' משה יודא ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יואל ב"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו. הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' שמעי' קרויס הי"ו. אחרון: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י). הגבה: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א. גלילה: הב' יצחק בן הר"ר אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
מוסף: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:55.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו זמירות ודברי תורה ארום 2:45, מען האט געזינגען ניגוני גאולה ונחמה, דער רבי האט טועם געווען חלה קוגל און געוואונטשן לחיים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אמר משה להקב"ה עצמות יוסף נכנסים לארץ ישראל ואני לא אכנס' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין ישראל אדער א דין בן נח.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15. מנחה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א (קר"י). הוצאה והכנסה: ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו (קר"י). כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א. שלישי: הב' ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הילד ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' קלמן פילאפף הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידעת היום והשבות אל לבבך' און געטייטשט אז פונעם חורבן ביהמ''ק קען מען נעמען א נחמה אז יעדע פעולה לטובה און יעדע ווארט תורה מאכט א הכנה און א רשימה דקדושה אויף שפעטער.
ידיד נפש: הר"ר יושע הערש גליק שליט"א ר"מ בישיבה, קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הר"ר חיים דוד פריעד שליט"א ר"מ בישיבה. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday12 Menachem Av 57848/16/2024
Report
פרייטאג ערש''ק ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). בעל תפילה: הב' אליעזר ב"ר יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט א סיפור פונעם שינאווע רב זיע''א בנוגע תפילין לייגן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביים תפילין לייגן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
זמנים לשב''ק בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר זמן הדלקה"נ: 7:34. תפילת מנחה: 8:20. עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן. סוף זמן קרי"ש: 8:45. שחרית: 9:30. דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:30). מנחה ושל''ס: 8:20. זמן מוצש"ק 9:00. מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:55. בעל תפילה: הב' יואל ב"ר פישל סופר הי"ו (קר"י). פתיחה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). לוי: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י). גלילה: הב' אהרן בהר"ר אשר זעליג סאסמאן שליט"א (לעיקוואד).
נאכן דאווענען האבן שלום גענומען א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב קר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען זיך פארהערן ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א וואס מען האט געלערנט אין ישיבה במשך די פארגאנגענע דריי יאר, דערנאך דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע די הפטורה ביי די שבעה דנחמתא.
אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט די תלמידי ישיבה רב טוב צום פארהער בביתו נאוה קודש, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים אויף שו"ע יו"ד ח"א הלכות מליחה, בשר וחלב, און טריפות, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה און פארשידענע סיפורים בהלכות טריפות ביי צדיקים אין די אלטע היים, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א און די אנדערע רמ"י הישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הב' יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו (קר"י), נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען זענען אריבער שלום נעמען א קבוצה בחורים פון ישיבה 'מתיבתא דלעיקוואד' וועלכע האלטן זיך אויף אין די טעג אין ניו העמפשיר און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בדברי פלפול מיט די בחורים אין די סוגיא וואס זיי לערנען אין ישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25. בעל תפילה: הבה"ח מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:05 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ארטיגן ביהמ"ד ווי מען בויעט צו לתועלת פון די פילצאליגע אנשי שלומינו וועלכע קומען וויילן בצל הקודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א טעלעפאניש משמיע געווען דברי ברכה דורך א לייו הוק-אפ פאר תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה אין מאנסי, לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:25. בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו (קר"י). דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
דינסטאג ואתחנן תשעה באב
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
פתיחה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו (קר"י). בעל קורא: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו (קר"י). כהן: ר' ליפא ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו (קר"י). לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י). שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו (קר"י). גלילה: ר' משה שמואל שטיין הי"ו (קר"י). דערנאך האט דער רבי געזאגט די הפטורה וברכותי בקול בכי.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט הר''ר שמואל קרויס שליט''א נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:45. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, און געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה. בעל תפלה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י). פתיחה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). כהן: הבה"ח יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (קר"י). לוי: הב' ירמי' מאיר ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו (קר"י). שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י) און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו. גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף מאסרי הי"ו. נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 7:45.
אויפן וועג צו מעריב האט דער רבי פארציילט סיפורים פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ביים צווייטע וועלט מלחמה. דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:06. בעל תפילה: ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך, און דערנאך מחדש געווען די לבנה ביים פארקינג לאט פונעם האטעל מיט גרויס שמחה און דערנאך געוואונטשן 'א גוטן חודש דער אייבערשטער זאל העלפן אז איבער א יאר זאל מען מער נישט דארפן פאסטן'.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00. בעל תפילה: הבה"ח בערל ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י). פתיחה: הרה"ח ר' אלטר אברהם אליעזר שפיטצער הי"ו. בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). כהן: הב' בערל ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). שלישי: רבינו שליט"א - עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הרה"ח ר' יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו (קר"י). גלילה: הב' רפאל בנימין ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 7:10. בעל תפילה: הר"ר שמואל קרויס שליט"א (קר"י). נאך מנחה האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.