זונטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש אין פארשעי. פארן דאווענען האט דער רבי האט תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
בן הר''ר יעקב שלום ווייס שליט''א.
ב"ר וואלף פאלאטשעק הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר מרדכי לאנדא הי"ו.
ב"ר יצחק עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אין פארשעי אינאיינעם מיטן גאווערנער מרס. האוקל יר"ה וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען געציילטע עסקנים מראשי והנהלת קרית יואל, מראשי קהלתינו הק' פון ניו יארק, און כלל טוהער'ס פונעם חרדישן אידענטום אין ניו יארק.
אויף א עקסטערן טיש איז געזעצן די גאווערנער יר"ה, עטליכע פון איר אדמיניסטראציע, מיט הרבנית הצדיקת תליט''א און הרבנית אשכנזי תחי'.
ס'איז אויסגעשמועסט געווארן א רייע טעמע'ס וואס איז עומד על הפרק און די אינטערעסן פון חרדי'שע אידן איבער ניו יארק סטעיט, אויף וואס מ'איז קריטיש אהנגעוויזן אויף די הילף פונעם גאווערנער יר"ה און איר אדמיניסטראציע, בעבר, בהוה, ובעתיד, אריינגערעכנט וויזיטאציע רעכטן אין שפיטעלער, חינוך און עדיוקעשן אין מוסדות התורה, די קרית יואל וואסער פייפליין און נאך.
דעם רבי'נס ווערטער מעומק לבו הטהור איז איבערגעטייטשט געווארן פארן גאווערנער דורך הרבנית אשכנזי תחי'.
די אסיפה האפט בעז"ה צו ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן אויף אלע ענינים און מרן רבינו שליט"א האט זיך זייער באדאנקט פאר איר הארציגע געפיל און קענטיגע איבערגעגעבנקייט לטובת דעם חרדי'שן אידענטום איבער ניו יארק סטעיט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 6:50, און מעריב ארום 7:20 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️