בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ה תשרי תשפ"ג10/20/2022

באריכט
שב"ק חוה''מ סוכות אושפיזא דיוסף 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מ'האט אהנגעהויבן 'וידבר' כנהוג, קבלת שבת: הר''ר יעקב יוסף פילאפף הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:05. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אין די סוכה הגדולה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, דער רבי האט אנגעהויבן אשת חיל.

פאר קידוש האט דער רבי געזאגט דעם סדר האושפיזין, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל ווייס שליט"א (בני ברק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' דורך דעם וואס מען איז מאמין אין תורה של בעל פה ווערט ארץ ישראל אויסגעצויגן, דאס איז אלעס דורך דעם וואס אידן זענען בנים למקום.

קה אכסוף: הרה''ח ר' שמחה יוסף הירש הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ''ד קול אליהו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הקדושת לוי זיע"א און דערמאנט די יארצייט פון הגה''ק החתם סופר זיע"א, וואס די יארצייטן געפאלן דאנערשטאג בראשית כ''ה תשרי. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א מו''ץ בקהלתינו, וחבר הביד''צ.

מען האט אויפגעגעבן פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און פארגעזאגט הושענות לשבת פסוק בפסוק, פתיחה להושענות: הרה''ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג).
נאכ'ן יום האט דער רבי געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט פון הרבנית הצדיקת רחל ע''ה מחברתה הטהורה פון הגה''ק הייטב לב זיע"א. און דערנאך האט מען געזאגט קהלת.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ בקהלתינו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים בקר"י.

עליות. כהן: ר' מענדל גרשון שווארטץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, רביעי: ר' ישראל יודא גוטמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: ר' קלמן אליעזר בר"ש עקשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.

שביעי: הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל).

מפטיר: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג, הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו, גלילה: הרה"ג ר' יואל דאסקאל שליט"א (בני ברק).

מוסף הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, די כהנים האבן געדוכענט, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:50. מנחה: הרה''ח ר' יחיאל אלטר טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער), כהן: הרה''ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ח ר' שלמה וואזנער הי''ו (מאנטשעסטער), שלישי: הרה''ח ר' אברהם הערש קליין הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' מרדכי וועבערמאן שליט''א (מאנטרעאל).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח' און געטיישטש אז דורך זיך היטן די אויגן אין די סוכה, ווען מען קומט אין די סוכה איז עס זיכער משפיע דעת, בפרט אין די טעג פון אושפיזא דיוסף, און דעמאלטס איז די צד הקדושה גובר און מען קען גרינג מבחין זיין צווישן א מצווה און א עבירה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה''ח ר' אשר ווידער הי''ו (מאנטרעאל). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מען האט געדאווענט מעריב אין די סוכה. מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:05.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 746