ליל אושפיזא דאהרן כהנא קדישא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 8:30 בביתו נאוה קודש.
צוליב די שווערע רעגן האט רבינו שליט"א מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די אושפיזא פריוואט בסוכה שע''י ביתו נאוה קודש, ווי בלויז עטליכע מקורבים און אייניקלעך האבן מיטגעגעסן די סעודה.
ארום 10:00 ווען דער רעגן האט נאכגעלאזט האט רבינו שליט"א געזאגט דעם סדר האושפיזין און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת יו"ט דער רבי האט געמאכט א לישב בסוכה און ב"ה געקענט עסן די גאנצע סעודת יו"ט.
ברכהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו די זמירות ודב''ק ומעמד שמחת בית השואבה רבתי אין ביהמ''ד הגדול במעמד אלפי ישראל.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך פונעם טיש האבן די משוררים געזינגען ניגונים לכבוד יום טוב ושמחת בית השואבה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד תפלה למשה קאלאשין מאנסי.
הרה"צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בבית שמש.
הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בסוכת תשבו שבעת ימים' די מצוה פון סוכה איז א זכר פאר די ענני הכבוד וואס איז געקומען אין זכות פון אהרן הכהן, און ארומגערעדט אז די סוכה איז משפיע דעת און דאס איז די ריכטיגע הכנה צו שמחת תורה איז דורך לימוד התורה, און מעורר געווען אויסצוניצן די הייליגע זמנים און עוסק זיין בתורה ליל שמחת תורה פאר די הקפות.
נאכן שלחה''ט ארום 11:45 איז פארגעקומען די ריקודין של מצוה דורך אלפי אנ''ש לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז געזעצן אויף די בימה און זיך צוגעקוקט מיט שמחה, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️