בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday18 Tishrei 578310/13/2022

Report
ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו, בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג.

פארנאכטס ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו מראה"ק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, דער עולם איז אריבערגעגאנגען גוט יו"ט זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תובו תובו, כנהוג.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זינגען דעם פיוט הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
און געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז די אותיות פון די אבות הקדושים זענען געווען אויפגעשריבן אויף די דגלים, די אות ה' פון אברהם וואס איז מרומז אויף מצוות סוכה איז געווען העכער די אידישע קינדער און מגין געווען און איז מגין עד היום הזה.

ברכהמ"ז הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש העיר, מען האט געענדיגט ארום 12:10.

דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטערע מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.

ארום 9:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' העניך שעהר שליט"א. צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד בהשתפכות הנפש און מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים בדביקות וברגש קודש. נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד מנחם זאב, און הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ''ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה"ח ר' הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.
מיט הגבה וגלילה זענען נתכבד געווארן נכדי רבינו.
הגבה דעם ערשטן ספר: הרב ליפא רובין שליט''א, גלילה: הרב נחמן כהנא שליט''א, חתני הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, גלילה: הרב יושע לאבין חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

ביי די מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט, נכדו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️