בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א תשרי תשפ"ג10/6/2022

באריכט
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו


ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, פארן שחט'ן האט דער רבי בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן האט רבינו שליט"א געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם גאנצן בית השחיטה פלענט, און ארום 7:30 אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.

ארום 10:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו איז אריין צו רבינו שליט"א ווי דער רבי האט גענומען לקח און דער רבי האט מטיב געווען דעם משמש כנהוג.

נאכמיטאג ארום 2:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף בביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, די פלייש איז געווען פון די עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג, כשר געמאכט דורך הרה''ח ר' נפתלי משה ווייס הי''ו.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד, ובידי אין מעש ועל זאת לבי יפחד' און געטייטשט אז אויף אלע מצוות איז דא א חשש אז די סטרא אחרא זאל עס ח''ו נישט אוועקנעמען, אבער מצוות מילה וואס איז חקוק בגופו של אדם דאס קענען זיי נישט אוועקנעמען, און מיט דעם זכות וועט אוועקגענומען ווערן כל נגע וכל מחלה פון אידישע קינדער.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג.

נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו א פריוואטע מקוה און ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שוועה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט דער רבי געצינדן די נרות יו''ט און צוויי נרות נשמה און א געזונטע לעכט בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אויף יו''ט.
דערנאך פארן גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.
בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 7:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי מעוטף אינעם קיטל, טלית, וועסטל און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.

דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', א גאנץ יאר צוצוקומען צו התעוררות לתשובה און הערן דעם בת קול מהר חורב דארף מען זיין און א העכערע מדריגה, אבער אין דעם הייליגן טאג קען יעדער זוכה זיין צו דעים, צו א התעוררות ורוח תשובה ממרום, און ממשיך געווען בקול בוכים אונזער בקשה צום הייליגן באשעפער צרכי ישראל מרובים ער זאל קוקן אויף אונז און מיט דעי ראיה קומט שוין אראפ אלע השפעות וישיעות, און דעם טאג איז אויך מסוגל הקב''ה זאל משפיע זיין אפילו מען געפינט זיך נידריג נאנט צום שאול תחתית ביז דארט קומט אן די אייבערשטערס רחמנות, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א כנהוג אנגעהויבן בקול דממה דקה 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור דע וידוי מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' און האט אויסגעבראכן און א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.

נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, רבינו שליט"א האט איבערגענומען די ספר תורה און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט אז די תורה הקדושה איז נמשל צו אש און א בזיון פאר די תורה איז ווי א היזק פון אש וואס איז זייער שטארק ווייל כח איר מעורב בו, מען דארף וויסן אזוי ווי מען קוקט יעצט אן די תורה קוקט אױך די תורה יעדן אן און פרעגט װען האמיר זיך דאס לעצטע מאל געטראפן? ובבכיות אויסגעשריגן 'הייליגע תורה זיי אונז מוחל', אונז בעט מיר די תורה הקדושה צו זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל, סוכ''ס איז נישטא אזא פאלק ווי אידישע קינדער און מען איז זיך מקבל קבלות טובות און די תורה וועט משפיע זיין כל הברכות וישועות, מען האט געענדיגט ארום 8:00.

דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.

נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' יודא מאיר לייכטאג שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מעריב.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ, הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סאוט אכט, הרה''ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, הר"ר שמחה טייטלבוים שליט"א.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיעורי היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, און נכדי רבינו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרב יחזקאל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, און הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו.
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזונגען הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 11:15. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'גוט יו"ט' פארן גאנצן ציבור.

ונתנה תוקף קדושת היום

יום הקדוש אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:50.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.

אנעים זמירות האט פאר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן, מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.

פתיחות ביי שחרית זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו, הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (בראזיל), הרה"ח ר' מענדל גראס הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו, און הרה"ג ר' בנימין ליכטנשטיין שליט"א.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה ברז''ל גליק הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' חיים לעבאוויטש הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' חיים שלום ביקל הי"ו.

הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' חיים שפיצער הי"ו (סיגעיט), גלילה: הרה"ח ר' מנחם ליבערמאן הי"ו, מפטיר: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, הגבה די צווייטע ספר הרה"ח ר' חיים הערש סטראלאוויטש הי"ו, גלילה: ר' חיים שלום ביקל הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:50, און עס איז געווען פויזע.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו יזכור ארום 1:30 און דערנאך 1:40 צוגעגאנגען צו מוסף.

טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו, הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו, הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו, הרה''ג ר' מעכיל ניימאן שליט"א, הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו, הרה"ח ר' יוסף נח לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.

הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו - משמש, און הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו.
די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' מאיר שטערן הי''ו און הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו.
די דריטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטלמאן הי''ו יו"ר קרן מלמדים, און הרה''ח ר' יצחק מנחם בערקאוויטש הי''ו חבר הנהלת ממלכת התורה.
די פערטע כורעים: הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל), און הרה''ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי''ו חבר הנהלת התאחדות אברכים.

מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:50.

צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משה אלי' גראס שליט''א, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט''א, שלישי - מפטיר יונה: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ).

נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך פאר הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו וואס האט געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.

מען האט געדאווענט שנעל און נישט געזאגט אבינו מלכינו כנהוג צוליב די שפעטע צייט, מען האט געענדיגט 6:45.

תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה איז געקויפט געווארן דורך ר' יואל צבי פרייזלער הי''ו.

נאך קדיש תתקבל אום 7:57 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.

רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו מען האט געענדיגט ארום 8:25.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און ארויס פארענט פון ביהמ''ד הגדול און מחדש געווען די לבנה, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אהן געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 9:00, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

ארום 11:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר, מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס', ביי די זופ האט מען געשטעלט וויין כנהוג.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דבית מדרשינו תפלה למשה בב"פ.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'זרענו וכספינו ירבה כחול יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און בדרך דרוש געטייטשט אז אין זכות פון יעקב אבינו ווערט נתברר אז די וועלט איז באשאפן געווארן אויף א תנאי פון שמירת התורה והמצוות, און אידן זענען ראוי פאר רחמים וחסדים, און פאר מחילת עוונות און מסיים געווען בברכות לרוב.

מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו ברך משה ב''פ בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 12:50 אזייגער, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️