בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' תשרי תשפ"ג10/2/2022

באריכט
זונטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד שמואל לאנדא הי"ו.
ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.
תאומים בני ר' מיכאל איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר שמשון סעגעדין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:15 נאכמיטאג ביז אום 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:25, און מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️