בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגה' תשרי תשפ"ג9/30/2022

באריכט
פרייטאג ערש''ק וילך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביתו נאוה קודש. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

לשאלת הציבור: כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה שבת קודש אריינקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען און צו שלש סעודות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️