בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday26 Elul 57829/22/2022

Report
מיטוואך פרשת נצבים ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הר"ר אהרן ווערצבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
ב"ר יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל בלייך הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אזוי אויך זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי תלמידי כתה ח' במוסדותינו הק' בוומסב''ג סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות בעניני תפילה במשך די ימי הקיץ העעל"ט.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב''ן, צום די שמחת החאלאקע פון בנו הילד משה יהושע נ"י, דער רבי האט אפגעשניטן פון די האר און אנגעטוהן א ציצית און קאפל, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס איז פארפירט געווארן שיינע שמועסן. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:45 נאכמיטאג ביז אום 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלכסנדר שאלאמאן הי"ו פון בראזיל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️