בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט אלול תשפ"ב9/15/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צבי עזריאל שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב ישראל קטינא הי"ו.
ב"ר אלי' רייזמאן הי"ו.
ב"ר דוד יודא מאנדעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי די מציונים תלמידי הישיבה סניף ברך משה וואס האבן זיך פארהערט אויף גאנץ מסכת בבא בתרא בעל פה, און דער רבי פארטיילט א ספר תהילים פאר אלע בחורים מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט במשך די לעצטערע וואכן. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:00 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פינפטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, נאכן שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ"י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:15 נאכמיטאג ביז אום 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 7:50, און תפילת מעריב ארום 1:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 901