בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ח אלול תשפ"ב9/14/2022

באריכט
מאנטאג פרשת כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר פרידלענדער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו.
בן הרב אברהם יואל לאפלער שליט"א.
ב"ר יצחק גאלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א בן הגה"צ יקותיאל יהודה שליט"א דומ"ץ מכון להוראה, חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל. סנדק מעומד: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ברכות: דער זיידע הרה"צ ר' ישראל דאכנער שליט"א. ויקרא שמו בישראל שלום דוב נאכן זיידן הגה''צ אב"ד מילדוי זצ"ל שווער פונעם זיידן הרה''צ ר' ישראל דאכנער שליט"א.

נאכן ברית איז דער עולם אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכלי הפאליש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און דער זיידע אב"ד סיגוט שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א,. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ רבי יקותיאל יהודה שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני משפחה. מ'האט געענדיגט ארום 1:30.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור און די סוגיא פון 'אין שליח לדבר עבירה' און בעפארברייטונג צום דרשת שבת שובה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאך סוגיא זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון סניף ברך משה מקבל זיין ברכת קדשו צו די נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע.

נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה''ח ר' יואל דאנציגער ע''ה, דער רבי האט אריין געשריבן די אותיות, און ארומגערעדט איבער די שערוריה פון די פסול'ע מזוזות און דערביי געוויזן פאר'ן סופר עטליכע פסול'ע מזוזות. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן אלמנה און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 ביז אום 1:00 אויפדערנאכט.

ארום 6:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי חיים יהודה ליבוש באב"ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 1:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️