בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט' אלול תשפ"ב9/5/2022

באריכט
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר הערש לייב פישער הי''ו.
ב"ר ברוך עקשטיין הי''ו.
ב"ר מענדל פריעדמאן הי''ו.
ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שמואל ברח"ד פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים, אינאיינעם מיט די בעלי ברית בהיכל הביהמ''ד, ווי מ'האט געמאכט דעם מי שברך.

אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט"א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' מנחם מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל, און הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א רב המכשיר אינעם נייעם פלייש געשעפט דקהלתינו הק' אין מאנטרעאל.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש, מחותנו הגה"צ ר' יצחק דוד הורוויץ שליט"א אדמו''ר מראצפערט בראזיל, אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ ר' זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין בראזיל, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

נאכן באזוך ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די לויה פון הרבנית מזווהיל ע"ה בת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז פארגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, דער רבי איז אויך ארויף צום בית החיים און האט אויסגעווארט ביז נאך די קבורה. ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל.
ביים אנקומען אויף קרית יואל האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה.

ארום 7:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' יודא ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו - ר' יואל בר''י שטיינמעטץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגלות שליט"א רב דקהל אהל משה - וויען עסטרייך, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.1K