בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךד' אלול תשפ"ב8/31/2022

באריכט
דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר זעליג בלייך הי"ו.
ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו.
ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט די קדשים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל זצ"ל מוואלאווע, בתו של הגה"ק מרן הייטב לב זצ"ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק לרגל סיום הזמן און מסיים געווען בברכות קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רבי באטייליגט ביים לויה פון הרה"ח ר' אברהם יושע ברי"י ווערצבערגער ע"ה, פארענט פון ביהמ''ד ברך משה.

מיטאג ארום 2:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' הערשל בערקאוויטש הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע צבי בן שרל גליק הי"ו לרפו"ש, פון די געשעדיקטע אין די טעראר אטאקע מוצש"ק נחמו בארה"ק, אויף א קורצע ביקור חולים.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 5:15 ביז אום 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מיטוואך כי תצא אין בארא פארק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז אריין מחותנו הגה"צ ר' קלמן יושע באב"ד שליט"א אב"ד דראביטש ב"פ, מקבל זיין ברכת קדשו לקראת די חתונה פון בתו הכלה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️