דאנערשטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל בר"י טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' בערל ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמואל יערמיאש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הישיבה צו תפילת יו"כ קטן, ביי וואס דער רבי האט מאריך געווען בבכיות נוראות. בע''ת איז געווען הרה''ג ר' שמואל קרויס שליט"א ר''מ בישיבה. מען האט געענדיגט אום 1:20.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין ישיבה קטנה 'סניף ייטב פנים' בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א צום מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו ובניו, לע"נ בנו הב' אהרן פריעדמאן ע"ה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה לע"נ דעם חשובן תלמיד ממציוני הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און געטאנצן א לענגערע צייט ברשפי אש, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס, און דער פאטער הרה"ח ר' מנחם מענדל הי"ו און דערנאך מו"ה ר' יעקב פריעדמאן הי''ו, און דער מנהל הישיבה, נאך די ריקודין האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאך די הכנסת ס''ת ארום 8:20 איז דער רבי אריבער בבית הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי דער רבי האט באשיינט די יערליכע מסיבה לטובת 'מוסד רב טוב' לטובת די פליטי אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די אנוועזנדע איבער די פעולות פאר די פליטי אוקריינע, און זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פון פאר די קריג. דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:45 ביז אום 12:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקו''פ א מסיבת לחיים מיט ראשי קהלתינו הק' וחברי הנהלת הקריה בלומינגראוו אין שפיץ פון הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בבלאמינגראוו, לרגל דאס אפקויף פונעם גיגאנטישער שטח אין הארץ פון שכונת בלומינגראוו בגלילות קרית יואל, ווי עס וועט בקרוב אויפגעבויט ווערן ביהמ''ד הגדול דקהילתינו הק' שכונות בלומינגראוו, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אין בלומינגראוו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר''ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו - ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו.
הר"ר בעריש גראס הי"ו (מאנטריאל) - ר' שמואל לאנדא הי"ו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הרה"ג ר' יצחק משה ערלאנגער שליט"א משפיע בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️