מיטוואך פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס לוי ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' בנימין שלאגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' משה יוסף גאלדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר''ר יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א.
ב''ר יואל הערשקאוויטש הי''ו.
ב''ר ישראל מרדכי שטערן הי''ו.
ב''ר פנחס מענדלאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל יג' פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א ווי עס איז פארגעקומען דער סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו ובניו, לע"נ בנו הב' אהרן פריעדמאן ע"ה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה לע"נ דעם חשובן תלמיד ממציוני הישיבה, און ווערט אריינגעגעבן היינט דאנערשטאג בהיכל הישיבה, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות ודביקות התורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו מיט דברי חרוזין לכבוד המעמד ודברי הערכה אויפן חשובן נפטר ה"ב אהרן ע"ה, דערנאך האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבי'ן א ספר מיט די נעמען פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערענט צען טויזענט שעה אלץ הכנה צו די הכנסת ספר תורה, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, בשעת מען האט ממשיך געווען מיט די ניגוני התעורורות.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די משפחה די רמ"י הישיבה און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען קורצע דב"ק.
נאך די דב''ק האט דער רבי געמאכט הגבה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן דער פאטער הרה"ח ר' מענדל הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגען ריקוד מיט די ספר תורה און געטאנצן בהתלהבות אש, און מכבד געווען צו טאנצן די טאטע די זיידעס, משפחה און די רמ"י הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
פארנאכטס ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:10 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען דער סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אליעזר מרדכי ראזענטאהל הי"ו פון לעיקוואד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ר' יואל ברש''ל זאלדאן הי"ו.
הר''ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו (מאנטריאל) - הר''ר אפרים טייטלבוים הי"ו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק שאץ מאנסי ונשיא מוסד נועם אלימלך עטה''ק בבני ברק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מוסדות החינוך עטה"ק בארה"ק, בפרט איבער ת"ת נועם אלימלך ווי דער רב שליט"א איז נושא בעול, דער רב שליט''א האט ארויסגעברענגט לשבח די גרויסע נתינות וואס מען באקומט פון תושבי קרית יואל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן עה"ת, און ארויסבאגלייט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️