בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ה מנחם אב תשפ"ב8/22/2022

באריכט
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף לייב ווייס הי"ו.
ב"ר יואל לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר ברוך ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' ברוך שטערן הי"ו (וומסב''ג) בבית זקנו הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו אויף רעיוואד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבערגעפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הנגיד הנכבד ר' אליעזר שיינער הי"ו ואחיו שיחיו, ע"פ אמם ע"ה.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התרגשות'דיגע מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה החדש במוסדותינו הק' במאנסי וואס ווערט געבויעט אינטערן ביהמ"ד הגדול, פארן אסטראנאמישן סכום פון פינף מיליאן דאלער, ועל שמו יקרא ''בנין גאלדשטיין''.

ביים מסיבת לחיים האבן אנטייל גענומען די חברי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' פון מאנסי און שפיץ פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער פארשידענע פעולות לרומם קרן מוסדותינו הק' אין מאנסי, דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן ובני משפחתו.

פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבוד רבינו שליט"א ולכבוד חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.

ביים שבע ברכות האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן גאנצן אויבנאן, דערנאך האט דער רבי געטאנצן עקסטער מיט האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.

מ'האט געבענטשט פארן זמן צאה"כ, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, ברכות ראשונות: דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, ברכה אחריתא: דער מחותן הגה''צ אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער שליט"א.

נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' אבא ווינקלער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, מען האט געענדיגט ארום 9:20.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:50 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
הר''ר יואל ברי"א שטיין שליט''א - ר' דוד אונגאר הי"ו.
ר' יואל בר''מ טייכמאן הי"ו - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו.

ארום 12:50 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️