בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט תמוז תשפ"ב7/28/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:55. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטריאל).
ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו (קר"י).

בעל תפילה: הרה''ח ר' ישעי' יצחק הכהן רובין הי''ו, פתיחה: ר' אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
עליות: כהן: הב' הבר מצוה ב"ר שמעון ישראל כהנא הי''ו, לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און ארומגערעדט איבער די יארצייט פון אהרן הכהן, און פונעם קרייזער רב הרה"ק רבי אהרן האלבערשטאם זצוק''ל בן מרן הדברי חיים זי"ע וואס די יארצייטן געפאלן פרייטאג ר"ח אב.

נאכן לחיים האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די רבנות פון די גלילות פון צאנז - קרייז, גריבוב, באבוב, און די ארומיגע דערפער, און די חילוקים פון די רבנות אין מדינת פוילן און אונגארן.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. אויפן וועג צו מנחה האט דער רבי אויסגעשמועסט די מנהגים ביי רבותיה"ק זי"ע איבער שניידן די נעגל ער''ש ווען עס געפאלט אום ר"ח וכדו'

נאך מנחה האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב''ק בצל הקודש, צווישן אנדערע האט שלום גענומען הרה"ח ר' משה אונגאר הי"ו פון שיכון סקווירא, חבר הנהלת הקריה בקרית יואל, ער האט איבערגעגעבן א באריכט איבער פארשידענע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל.

אזוי אויך האבן עטליכע בחורים איבערגעגעבן פאר'ן רבין א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא, צווישן זיי:
הב' יעקב אהרן ב"ר יושע פישער הי''ו (וומסב''ג).
הב' יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י).

ביים זמן ר''ת ארום 9:30 האט דער רבי געדאוונט מעריב, בעל תפילה איז געווען הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י ומנהל ישיבתינו הקדושה סניף קדושת יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.11K