בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט תמוז תשפ"ב7/28/2022

באריכט
מיטוואך מטו"מ כ''ח תמוז יומדהל''ק פון מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו (קר"י).

דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו החתן אשר אנטשיל אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, חדב"ן.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עטליכע סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא. נאך די לחיים האט דער רבי אהיים שפאצירט.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:15. גייענדיג אין ביהמ''ד האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' מיט די ראשי הישיבה, פאר'ן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די סעודת הילולא מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'. ביי די סעודת הילולא איז אויך פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה להתייסדות ישיבה קטנה תורה ויראה במוסדותינו הק' באנטווערפען וואס וועט זיך עפענען בשעטו''מ אויף קומענדיגן זמן החורף הבעל''ט.

דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה געמאכט א סיום אויף מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן אין די ישיבה, און דערנאך געזאגט קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל ישיבתינו הק' סניף קדושת יואל, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא ודברי חיזוק פאר די בחורים משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' באנטווערפען ובפרט איבער די גרויסע שמחה פון די הנחת אבן הפינה פארן נייעם ישיבה קטנה ווייל מען קוקט על שם העתיד און מען זעט שוין יעצט די תורה וואס גייט ארויסקומען, און מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה פאר די עסקנים און דברי חיזוק וברכות קדשו פאר די בחורים.

דערנאך האט הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' באנטווערפען ארויפגעלייגט אויפן טיש די ספעציעלע ציגל, דער רבי האט אריינגעלייגט מטבעות און געגאסן די יסודות און ארויפגעלייגט די ציגל און דערנאך מתפלל געווען א הייליגע תפילה, ווען דערביי ווערט געזינגען ניגוני התעורורות פאר א לענגערע צייט, נאכן לייגן די אבן היסוד האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה.

רבינו שליט''א האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רבי האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנ''ש פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️