בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday25 Tammuz 57827/24/2022

Report
שב"ק פרשת פנחס מברכים חודש מנחם אב 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האט דער רבי געצינדן ליכט ביים עמוד אין ביהמ''ד לרגל די יארצייט פונעם אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה.
דערנאך האבן שלום גענומען די געסט אין ביהמ"ד, און די פאלגענדע בחורים האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט בהיכל המתיבתא.
הב' יעקב ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי''ו.
הב' בנציון אלימלך בן הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער הי''ו.
הב' אשר לעמיל ב"ר לוי יצחק לאנדא הי''ו.
הב' יצחק ב"ר שלמה זלקא מויזקאפף הי''ו.
הב' אהרן ב"ר יוסף מענדל פרידריך הי''ו.
הב' בנימין דוד בן הר"ר ליפא סאמעט הי''ו.

אזוי אויך האט דער רבי געהערט עטליכע גריסן פון די געסט, פון דעם הערליכן סדר הלימודים 'משנת מאיר זעליג' וואס די תלמידי ישיבות אין קרית יואל רעכטן אפ מידי שבוע בשבוע מיט א ספעציעלן סדר, און דער קול תורה הילעכט אפ גאנצע ליל שישי'ס בהתמדה רבה, אינעם היכל ביהמ"ד 'זכרון יחיאל מיכל' אין איחוד קאנטרי, וואס ווערט געספאנסערט מנדבת לבו פון הרבני הנגיד מוה"ר פישל ריספלער הי"ו, פון וואס דער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט. קבלת שבת: הרה''ג ר' אנטשיל קארפען שליט''א ר''מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א מנהל סניף ויואל משה, מנוחה ושמחה: הרב הערשל אשכנזי שליט''א בן האדמו''ר מסטאניסלאוו שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ושם האיש ישראל המוכה זמרי בן סלוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מודעה רבה לאורייתא.

קה אכסוף: הרה''ג ר' ליפא סאמעט שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: דעם רבינ'ס חברותא הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ''ח תמוז. קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט''א (מאנטריאל).

נאך די פירות איז פארגעקומען די שלום זכר ביי נכד הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אנטשיל קארפען שליט''א ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אלחנן טויב הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' ישראל יעקב בראך הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' נחמן דוב העללער הי''ו (וומסב''ג), בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), שלישי: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א, רביעי: ר' יעקב יצחק הורוויץ הי''ו, חמישי: הרב ברוך נחמן הערשקאוויטש הי"ו (קר''י), שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הב' הבר מצוה ב''ר שמשון שרגא פאגעל הי''ו (קר''י), הוספות: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א ר''מ במתיבתא, הרה''ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (וומסב''ג), החתן ב''ר יודל פערלשטיין הי''ו (ב''פ), הרה''ח ר' וואלף שניצער הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' יואל ברש''ז שטיין הי''ו (וומסב''ג), הר'''ר יוסף מאסרי הי''ו ר''מ במתיבתא, הב' ב''ר משה יוסף ווערטהיימער הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' לוי אפפעל הי''ו (קר''י), מפטיר: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו (קר''י) הגבה: ר' דוד בערנאטה הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הב' ב''ר יואל שטיין הי''ו.

מען האט געזאגט די הפטורה פון פרשת מטות, און רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט די קומענדיגע וואך פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' שמשון שרגא פאגעל הי''ו. מען האט געענדיגט 1:05.

ארום 2:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו (קר''י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ושם האיש המוכה זמרי בן סלוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עבד שפדאהו לשם עבדות.
ברכהמ''ז: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א. מען האט געענדיגט 3:30.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50. מנחה: הרה''ח ר' ישראל יעקב בראך הי''ו (קר''י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו, כהן: הב' ב''ר אברהם יושע לאנדא הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ח ר' לוי אפפעל הי''ו, שלישי: הב' ב''ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי''ו (ב''פ) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' בן הרה''ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א (ב''פ).

ביי של''ש האט רבינו שליט''א טועם געווען מאכלי חלב, אביסל פיטער מיט די חלה און געטרינקן א קאווע, כמנהג רבותיה"ק זיע"א דאס צו עסן איין שבת בימי בין המצרים.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק ''לכן אמר הנני נותן לו את בריתי שלום'' און געטייטשט מען דארף מטהר זיין די אברים פון תאוות עולם הזה און דער עיקר איז שמירת עינים, דורך א פגם בעניני קדושה קומט מען חלילה צו צו עבודה זרה און דאס איז געווען דער גורם פון חורבן ציון וירושלים, אז מען וועט מתקן זיין די ענינים וועט זיין באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' וואלף שניצער הי''ו.

פארן בענטשן האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם מקור פונעם מנהג צו עסן מאכלי חלב א שבת בימי בין המצרים, דערנאך האט דער רבי שליט''א געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך, און הב' אברהם יצחק בן הרה''ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו בקר''י האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה. מ'האט געענדיגט 11:20.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום מלוה מלכה לכבוד די יארצייט דעם וואך פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן ציבור 'זכותו יגן עלינו' און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה און נגוני גלות וגאולה, דערנאך האט רבינו שליט''א פארציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

נאך די מלוה מלכה האט הב' שלום יואל ב''ר חיים משה פעדער הי''ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️