בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday18 Tammuz 57827/17/2022

Report
שב"ק פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במקום הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, אויך האבן געוויילט בצל הקודש הרב הגאון רבי אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד יצ"ו, אינאיינעם מיט א קבוצה מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד.

ערש''ק נאכמיטאג גייענדיג צו די מקוה האבן שלום גענומען הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א אינאיינעם מיט די בחורים, און גייענדיג איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס איבער מקדים זיין קבלת שבת פריער ווי דער זמן.
נאך די מקוה האט רבינו שליט''א איבערגעקוקט דעם עירוב וועלכע לויפט פונעם ביהמ''ד ביז ביתו נאוה קודש וואס איז געמאכט געווארן דורך מוה"ר אברהם מאסרי הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי''ו (טאהש).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום גענומען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל הביהמ''ד מיט די תלמידי המתיבתא און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס הרה"ג דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו קר''י, מנוחה ושמחה: הרב חיים ענגלענדער הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויגר מואב מפני העם מאוד כי רב הוא" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א ר''מ במתיבתא, ברכהמ"ז: הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק ר' משה דוד מ'טאלטשאווא זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ח תמוז. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א ר''מ במתיבתא.

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א ר''מ במתיבתא. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום דאווענען אים 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי''ו (קר''י), פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א, רביעי: החתן מאיר דוב ב''ר אהרן שאול סאנדעל - המיול"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו - (קר''י), חמישי: הב' המשב"ק חנני' יו''ט ליפא דייטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: החתן ישראל אהרן ב''ר יהושע סטרולאוויטש - המיול"ח ר' יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו - (ב"פ), הוספות: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א, הר''ר אברהם לוי ליבורוב שליט''א (מעסעטשוסעטס), הרה''ח ר' טובי' גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג), הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א, הרה''ח ר' יצחק יוסף גראד הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי''ו, הרה''ח ר' פנחס בראך הי''ו (מאנטריאל), ר' אליעזר ווייזער הי''ו (קר''י), אחרון: משב''ק הרה''ח ר' יהושע מענדלאוויטש הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מרדכי ווידער הי''ו, הגבה: הב' ב''ר יודא לייב לאוב הי''ו (קר''י), גלילה: הב' ב''ר יואל שעהנברוין הי''ו (קר''י).

צו תפילת מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט די קומענדיגע וואך פון די אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע''ה, פתיחה לאנעים זמירות: הרב חיים ענגלענדער הי''ו. מען האט געענדיגט 12:50.
ארום 2:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קיגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי''ו משגיח במתיבתא, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "כי מראש צורים אראנו" און געטייטשט אז דורך די די הקפות גייט אוועק מסך המבדיל צווישן הקב''ה און כלל ישראל און אזוי קען מען תשובה טוהן מאהבה.
ברכהמ''ז: הר''ר יצחק אייזיק כהנא שליט''א. מען האט געענדיגט 3:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. מנחה: ר' דוד יצחק ווערצבערגער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב ברמ''ח פריעדמאן הי''ו (קר''י), לוי: הרה''ג ר' חיים יוסף דוד לעווי שליט''א, שלישי: הב' ב''ר אהרן דוד גרינפעלד הי''ו (לאנדאן) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' דוד פארקאש הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי''ו (וומסב''ג), שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר אין מידת האמת האט דער יצר הרע א כח צובע צו זיין עבירות פאר מצוות און דורך דעם מכשיל זיין מיט די הארבסטע עבירות וואס דאס האט צוגעברענגט דעם חורבן ביהמ"ק.
דארף מען נזהר זיין און זיך אכטונג געבן די דיבורים ובפרט אין די טעג פון די ימי בין המצרים, און אזוי וועט מען זוכה זיין צום בנין ביהמ"ק במהרה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו (קר''י), קל מסתתר: הרה''ח ר' שמחה שמאועל הי''ו (קר''י). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, נאך הבדלה איז מען אריבערגעגאנגן זאגן א גוטע וואך, און הב' ליפא בן הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו אנטווערפן איבערגעגעבן א תירוץ אויפ'ן קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה. מ'האט געענדיגט 11:30.

ארום 12:15 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה''ג דומ''ץ קהלתינו לעיקוואד שליט''א אינאיינעם מיט די קבוצה מבחורי אנ''ש תושבי לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני הלכה און איבער פארשידענע הנהגות בקודש פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע, דערנאך האט דער רבי געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און די בחורים זענען אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן דיין שליט''א און אלע בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️