בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ו תמוז תשפ"ב7/14/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' יעקב ברמ''מ פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' יושע אליעזר ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה טובי' גדלי' ראזענבערג הי''ו.
ב"ר ישכר דוב מיטטעלמאן הי''ו.
ב"ר ברוך יודא פריעדמאן הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, און דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די תלמידי הישיבה איידערן אפרייזן למנוחת הנפש קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א פון ישיבה בשירה וזמרה 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל דאס אפרייזן למנוחת הנפש.

ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן ביז דאנערשטאג פרשת ואתחנן.

אינטערוועגנס האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין וואטערבערי קאנעטיקוט, ווי דער רבי האט באזוכט אין ישיבת אהל תורה אוסטרובצא בראשות הרב הגאון ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א אב''ד מיהאלדי, ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען די ראשי הישיבה און די רבנים פון די געגענט, און עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, דער רבי איז מכובד געווארן מיט לחיים און משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים.
דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ארטיגן שטאטישע שוהל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד קטן פונעם ארטיגען קהילה, און דערנאך אריין אינעם גרויסן היכל, ווי סאיז סטאנציאנירט דער כולל אברכים דוואטערבערי, און דער רבי האט משמיע געווען א שיעור פלפול אין די סוגיא פון חדש בענין עשה דוחה לא תעשה. דערנאך ארום 4:45 האט דער רבי ממשיך געווען דעם וועג קיין ניו העמפשיר, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:40.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד דקהל יראים בית אלימלך, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע איינריכטונגען וועלכע זענען צוגעבויעט געווארן לתועלת די פילצאליגע געסט וועלכע קומען וויילן בצל הקודש, און די געסט זענען אריבער שלום נעמען, ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️