בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday15 Tammuz 57827/14/2022

Report
מיטוואך פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חנני' שמואל ווערצבערגער הי''ו.
ב"ר יואל אליעזר זוסיא סטראלאוויטש הי''ו.
ב"ר יצחק פאגעל הי''ו.
וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ"ב ווידער הי''ו חתן הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בעל שמחה ר' יואל און פאר די ראשי הישיבה, פאר די בר מצוה בחורים און אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה וחיזוק.

נאכמיטאג ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה קטנה "אור החיים" בהנהלת הרה''ג ר' יעקב פארקאש שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין וואס די ישיבה האט נארוואס אפגעקויפט אין בלומינגראוו, דער רבי האט קובע מזוזה געווען, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בחורים און דערנאך משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די בחורים, נאכן לחיים איז דער רבי ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ.

ארום 6:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד הקמת ''ועדי הוראה בתוככי בית הוראה דק''ק קרית יואל'', על ידי רבני מבצר הכוללים בקרית יואל, וואס איז געגרינדעט געווארן בהוראות רבינו שליט''א, די וועדי הוראה פאר די 7 מקצועות פון עירובין, מקואות, ריבית/עיסקא, סת"ם, דיני ממונות, בדיקת שעטנז, בדיקת תולעים.
דער מעמד איז פארגעקומען בהשתתפות פון דייני קהלתינו הק' ובראשם הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן אנהייב פונעם מעמד, און די חברי הנהלה פון מבצר הכוללים.

במשך דעם מעמד האבן אויפגעטרעטן הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי ומגדולי ההוראה בדורינו, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל הכולל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט באגריסט דעם נייטרא רב שליט"א און ארויסגעברענגט לשבח די פעולות וואס ער איז עוסק בעניני כשרות, און ארומגערעט לענגערע דברי הדרכה פאר די רבני הכולל וועלכע שטעלן יעצט די ערשטע טריט בעניני הוראה והלכה לרבים, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:45.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפסמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי - ר' יואל בהר''א באכנער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט''א - ר' יואל בהרא''ד קארנבלי הי''ו, באולם כינור דוד.

נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה''ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים סעודת ברית מילה לבן הנולד אצל חתנו ר' יואל ברמ"ב ווידער הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:30 ביז שפעט אום 1:30 אויפדערנאכט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און מעריב ארום 12:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️