בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday14 Tammuz 57827/13/2022

Report
דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:15, וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק. נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה דוב שווארטץ הי''ו.

דערנאך איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' מרדכי הירש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לתאומים בני הנולד לר' ישראל הורוויץ הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 10:20 האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג צום וועסטשעסטער עירפארט, ווי דער רבי האט זיך געהויבן ארום 11:15 מיט א פריוואטן פליגער אויף א וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין נארט קאראליינע ווי דער רבי האט באזוכט אסירי ישראל וועלכע געפינען זיך ליידער אינעם ארטיגן טורמע, דורך השתדלות ביי רעגירונגס אינסטאנצן האט מען געקענט מסדר זיין דעם רבינ'ס באזוך כראוי מיט באגלייטונג, ס'זאל זיין אין א צוגעפאסטע זמן, און אויף קרוב צו אנדערטהאלבן שעה.

נאכן באזוך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ניו יארק מיטן פריוואטן פליגער, ארום 5:00 אזייגער האט דער פליגער געלאנדעט אינעם וועסטשעסטער עירפארט, און דער רבי איז תיכף צוגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

אים 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך איז געווען זמן כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע לנכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א, חדב''ן. דער רבי האט אפגעשוירן די האר און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים ומעמד היסוד פאר קהלתינו ומוסדותינו הקדושים "תלמוד תורה ובית רחל" אין לינדען ניו דשערסי, על דרך רבותינו הק' זיע''א תחת נשיאות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א, אינאיינעם מיט די התמנות פון הרה"ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו ומרביץ תורה בבתי מדרשינו אין וומסב"ג, אלץ רב הקהלה.

דער נייער רב הרה''ג ר' אליעזר מרדכי שליט''א איז אהנגעקומען און איז תיכף אריין בקו"פ שלום נעמען, אינאיינעם מיט זיין טאטן הרה"ג ר' יצחק צבי שליט"א דומ"ץ בב"פ, זיין זיידן הרה"ג ר' חיים ארי' געללער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, און זיין שווער הרה"ג ר' אשר אנשיל שעהר שליט"א אב"ד קלעסן, ווי עס האט זיך פארפירט א שיינער שמועס איבער די שייכות פונעם ערוגת הבושם זצ"ל צו רבותינו הק' לבית סיגוט וצאנז און איבער די תפקיד פון א רב אין די אלטע היים, און פארשידענע ענינים פון קהלתינו הק' בעיר לינדען, ווי אויך האט הרה''צ ר' יעקב נפתלי ראטטענבערג שליט''א בן כ''ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א ממייסדי הישוב בעיר לינדען איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע האט אים געשיקט בשליחותו צום מעמד התמנות.

דערנאך איז דער רבי אראפ געגאנגן בביהמ''ד עצי חיים סיגוט ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע, בהשתתפות ראשי הקהלה, עסקני ותושבי עיר לינדען יצ"ו, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, און הרה"ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו מחשובי התושבים ועסקנים בעיר לינדען, און דער נייער רב הרה"ג ר' אליעזר מרדכי שליט"א, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נייעם רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
און משמיע געווען דברות קודש, בתוה"ד האט דער רבי ארומגערעדט איבער די בראשית יארן אין אמעריקא ווען רביה"ק זי"ע איז אנגעקומען און מזכך געווען אדמת אמעריקא און אראפגעשטעלט די יסודות פאר קהלתינו הק' אין אלע געגענטער און יעצט איז עס אנגעקומען אויך קיין לינדען ווי אנ''ש שטעלן אויף א קהלה, און יעצט נעמט מען אויף א רב פאר קהלתינו הק', בתו''ד האט דער רבי דערמאנט לשבח פון האדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז געווען דער נחשון זיך אהינצוציען און מייסד זיין דעם חסידישע ישוב, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובן רב שליט"א וועלכע וועט שטיין בראש פון קהלתינו הק' און וועט זען אז די קהילה זאל זיך פירן מיט די יסודות פון רביה"ק זי"ע, און בקרוב האפט מען צו עפענען די ת"ת און בית רחל פאר אנ''ש.

דער רבי האט מסיים געווען בברכות לרוב פארן רב און פארן גאנצן ציבור. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי איז צוריק ארויף לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️