זונטאג בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' יואל יצחק לעוו הי''ו.
ב"ר חיים אברהם יודא וועכטער הי''ו.
ב"ר מנחם מענדל גאלדבערגער הי''ו.
ב"ר משה שלמה קאליש הי''ו.
ב"ר שלום מאיר אלטר רובין הי''ו.
ב"ר יואל בר"ד כהן הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ''ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יודל אקערמאן הי''ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון הרה''ק עטרת צבי מ'זידיטשוב זי"ע וואס איז געפאלן די יארצייט זונטאג.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון האשה החשובה מרת גלאנצער תחי', אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב הכהן ז"ל, ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות, וואס די אלמנה תחי' אינאיינעם מיט די קינדער האבן אפגעקויפט פאר א גרויסן סכום א זכות נכבד אינעם בנין בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל בית פיגא בבני ברק יצ"ו, לע"נ אביהם החשוב ז"ל, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די משפחה, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, פאר די אלמנה און אירע חשובע קינדער שיחיו
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז אום 12:40 אויפדערנאכט.
תיכף ביים אהנקומען איז פארגעקומען א אסיפה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די רבני ועסקני וועד הצניעות קרית יואל, עס האט אויפגעטרעטן דער ראה''ק הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' מנחם בנציון ווארפסמאן שליט''א אב"ד בוטשאטש מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די חתונה וואס קומט פאר דעם מיטוואך, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"ה סאנדעל הי''ו -ַהר"ר אברהם כהן שליט"א רב דביהמ''ד נאסאד קר''י.
ר' משה אליעזר זאלדאן הי''ו - ר' אליעזר זוסיא סופר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️