דאנערשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית בהיכל מבצר הכוללים לבן הנולד אצל הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל הכולל, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל שיפף הי''ו.
ב"ר יואל יוסף מארקאוויטש הי''ו.
ב"ר דוד מזרחי הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים ר' נטע מרדכי קויפמאן הי''ו - הר''ר אורי יהודה קויפמאן הי''ו, באולם כינור דוד.
הר''ר יודא ראבי הי''ו - ר' אהרן ווייס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער לייגן א מזוזה ביי די נייע דירה פון האברך ר' משה שמואל בר"ב שטיין הי''ו בשכונת היילענד מילס אין גלילות קר''י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך געטרינקן לחיים, עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה''ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט"א רב שכונת וואודבערי דזשאנקשן, און מ'האט אויסגעשמועסט די הרחבת גבולי הקדושה פון די געגענט מיט נייע תושבים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז אום 1:00 אויפדערנאכט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און תפילת מעריב ארום 10:00 בביתו נאווה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקני קהלתינו הק' פון לינדען ניו דזשערזי, לרגל פתיחת המוסדות הק' בעיר לינדען אויפן קומענדיגן שנת הלימודים הבעל''ט, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א גרוס פון דעם נייעם ישוב און אנ"ש וואס האבן זיך קובע געווען דארט, און אויך איבער דעם נייעם שטח וואס מען האט אפגעקויפט ווי מען האפט בקרוב אויפצובויען א נייע פראכטפולע ביהמ"ד פאר אנ"ש שיחיו, דערנאך איז מען איבערגעגאנגען אלע פלענער פון פתיחת מוסדותינו הק', ווי מען האפט אי"ה צו עפענען אויפן קומענדיגן ווינטער א ת"ת און א בית רחל פאר די ערשטע דריי יארגענג, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער אלע פרטים און ווער ס'וועט שטיין באחריות, בגשמיות וברוחניות, און שטארק מעודד געווען די עסקנים און מאציל געווינטשן מברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך חתנו הרה"ח ר' העניך קרויס הי''ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און דערנאך געגאנגען הגבה און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די אפענע ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:00 איז דער רבי צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️