בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגא' תמוז תשפ"ב6/30/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת קרח ב' דר''ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד ברא"י ווייס הי''ו (מאנסי) - ר' יואל ברי"א שווארטץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בוענעס איירעס ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' משה עובדי' מאסרי הי''ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און מכבד געווען צו טאנצן הרה''צ ר' אברהם עקשטיין שליט"א רב דקהל בוענעס איירעס, דער נדבן הרה''ח ר' משה עבודי' הי''ו, און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 9:00 ביז אום 12:10 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים ר' יצחק בראך הי''ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️