בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday28 Sivan 57826/27/2022

Report
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
נכד רביה''ק זי''ע הבחור בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
ב"ר חנני' יו"ט שטיינבערג הי''ו.
ב"ר יעקב רייך הי''ו.
ב"ר יעקב קעסלער.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעלייגט די כריכות פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל שליט"א.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.


נאכמיטאג זענען אריין בקו"פ א חבריא בחורים תלמידי ישיבת תפארת יהודא ארי' פון קארטרעט ניו דזשורזי, מיט זייער מגי"ש הרה"ג ר' חיים מוטעשן שליט"א, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט אויף די סדרי הישיבה און די לימודים, און דערנאך זיי געזאגט דברי הדרכה און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

ארום 7:50 איז דער רבי אריבער געגאנגן צום בנין הישיבה סניף עצי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה, אינאיינעם מיט בנו הב' כמר יוסף צבי בארזעסקי ני''ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן מאנטאג בביהמ"ד 'אהל בתי'ה' בשכונת היילענד מילס, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות ודביקות התורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרמ"י הישיבה, דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די אותיות, און מען האט געזינגען ניגוני התעורורות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און פאר אביו הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה לכבוד המעמד, און נאך די טרעפליכע דרשה פונעם זיידן הר"ר אלימלך שלמה שווארץ שליט"א האט דער רבי געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן דער זיידע הר"ר אלימלך שלמה שליט"א, מיט חגירת הספר תורה דער חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און מיט כתר תורה הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ור''מ בישיבה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד קודש מיטן ספר תורה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א ובנו הב' יוסף צבי נ"י, און דער זיידע הר"ר אלימלך שליט"א, און די רמ"י הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

נאכן מעמד איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, און דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יודא אברהם שטיין הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי''ו.
ר' שמואל אהרן זינגער הי''ו - ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️