בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday25 Sivan 57826/24/2022

Report
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יהושע זאב מיטעלמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת ברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א בן הגה"צ אב"ד קאלוב ב"פ שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א, חדב''ן.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל עפשטיין הי''ו.
ב"ר יואל ווידער הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה. סנדקאות: רבינו שליט"א, מוהל: דער אבי הבן הרב לוי יצחק שליט''א, סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א, ברכות: הגה''צ אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א, ויקרא שמו בישראל חיים מאיר נאכן זיידן הגה''צ גאב"ד זכרון מאיר ז"ל.

נאכן ברית איז דער גאנצער עולם אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און דער זיידע אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, און מיט די הרחמן'ס די בני משפחה. מ'האט געענדיגט ארום 1:40.

נאכן ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פאר די יולדות.

מיטאג ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם 'קעמפ מאנראו' בשכינות קרית יואל ווי עס האלטן זיך אויף תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א, צום ערשט איז דער רבי אריין אין אלע כתות און פארהערט די לימודים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד פאר אלע קינדער, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש, איבער די גרויסקייט פון א דיבור טוב א קאפיטל תהילים וכו', און מסיים געווען בברכות קדשו.

פארנאכטס ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:00 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן מאנטאג קרח בבית מדרשינו בית ברוך, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' מרדכי הערש הי''ו און זיין משפחה.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' ישעי' שבתי בראך הי''ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - הר"ר יואל גאטליעב שליט''א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️