זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי''ו.
ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק. ארום 2:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, און דערנאך געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און די עלטערן און משמיע געווען קורצע דברות קודש לכבוד די חתני המקרא, דערביי האט דער רבי דערמאנט לשבח די עסקנים וואס האבן ארגאנעזירט די כינוס נשי ישראל וואס זענען געקומען זיך דורכרעדן און אנגענומען אלע הוראות עס זאל זיין על צד היותר טוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום בנין הבית רחל ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת הדיינים אינאיינעם מיט די מנהלים והנהלה רוחנית פון מוסדותינו הק', ווי מען האט אויסגעשמועסט די תקנות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן ביים כינוס מסורתינו פארגאנגענעם מאנטאג בחקותי פאר אלע הורי מוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה, דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די מנהלים צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת. מען האט געענדיגט ארום 4:15.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו די ישיבה קטנה סניף מעיין התורה בהנהלת הגה"צ ר' יצחק ראזענבוים שליט"א מקאליש ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פאר די נייע איבערגעבויעטע שטאקן פון די ישיבה, ביים אנקומען אינעם בנין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף בית מדרשינו 10'טע עוו. וואס געפינט זיך אינעם בנין, דער רבי איז ארום אינעם ביהמ''ד און אין די היכל התורה און עזרת נשים, און זיך אומגעקוקט אויף די פלענער צו פארברייטערן דעם היכל הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי ארויף צו די ישיבה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש. צום ערשט א פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין ישיבה, און דערביי געפרעגט א קשיא פון די בחורים, און געבעטן צו זוכן תירוצים, און דערנאך משמיע געווען דברי הדרכה והתחזקות. מען האט געענדיגט ארום 5:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי''ו.
ארום 5:30 איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א אינאיינעם מיט אחיו החתן שמעון מנחם נחום פריעדמאן שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר היינט מאנטאג אויפדערנאכט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פון די צדיקים לבית סאדיגורא און רוזין אין דער שייכות פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע מיטן הייליגן רוזשינער זי"ע, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זמר זאלן ווי עס איז פארגעקומען א פראכטפולער סיום הש"ס דורך הרה''ח ר' יוסף יצחק אייזיק לאנדא הי''ו און הרה''ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי''ו, די חתני התורה האבן געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חתני התורה און פאר די משפחה, און זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ אינאיינעם מיט די חשובע אינגעלייט. מען האט געענדיגט ארום 7:10.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג, און איז תיכף אריין געקומען בבית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פון הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און געטאנצן ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד עצי חיים סיגוט.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון קאנטינעטאל צום מעמד קבלת פנים פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
החתן הרב יקותיאל יהודה בן הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, און געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים און פארן גאנצן ציבור, מיט סידור קידושין האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ שליט"א, מיט כתובה ליינען דעם זיידן הרב יושע ברוך ווערצבערגער הי''ו, די ברכות. דער זיידע ווייצענער רב שליט"א, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א א פעטער מצד החתן, הרב יוסף מייזליש שליט"א א פעטער מצד החתן, און דער זיידע הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו סגן ראה"ק דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש, ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' יודל פאלקאוויטש הי''ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי''ו און זיין משפחה.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו 'בנין געלבשטיין' צום סעודה לגומרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און מעורר געווען צו דאווענען דוקא אין היימישע ווארימע בתי מדרשים, און איבער עבודת התפילה זיך שטעלן דאווענען פון אנהייב און דאווענען מיט א קאך, און בקול, נישט אינזין האבן קיין שום זאך חוץ דאווענען און דאס וועט צו העלפן אז מזאל נישט שמועסן ביים דאווענען און קענען אינזין האבן דאס דאווענען, און ארומגערעדט בשבח הביהמ''ד ובשבח פון די צוויי חשובע דיינים פון ביהמ"ד, און עקסטער אנגעוואונטשן דעם בעל שמחה, דער נדבן הספר תורה און ארויסגעברענגט אז דאס ביהמ"ד הייסט נאכן פאטער פונעם בעל שמחה אין ער האט זיכער א נחת רוח בגנזי מרומים. דער רבי האט אנגעוואונטשן און ארויסגעברענגט לשבח דעם איידעם פון בעל שמחה הרה"ח ר' אברהם בראך הי''ו פטרון הביהמ''ד 'דאס איז שוין די דריטע ביהמ"ד וואס ר' אברהם האט געבויעט, און יעדע ביהמ"ד פון די דריי איז א פינת יקרת א הערליך ווינקל בתורה ועבודה וגמ"ח, אזוי אויך איז יעדע ביהמ"ד עקסטער אויסגעשטאטעט מיט הערליכע מקוואות וואס דאס העלפט צו מזאל קענען לערנען תורה בטהרה', און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 11:20. נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אין ביהמ''ד.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ הביהמ''ד, אויך איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ''ץ הביהמ''ד און הרה"ח ר' אברהם בראך הי''ו בונה ומקים עולמות של תורה ופטרון ביהמ''ד המפואר "בנין געלבשטיין', עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בתורה וחסידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חשובע דיינים און פאר הרה"ח ר' אברהם הי''ו.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הרה"ח ר' בעריש גראס הי''ו א פעטער מצד הכלה, ברכות ראשונות: רבינו שליט"א, ברכה אחריתא האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' ישעי' פוקס הי''ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן מחותנים און זיידעס. אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די כלה און פארלאזט דעם זאל אויפן וועג קיין בארא פארק.
ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א בחדרו הפרטי בבית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע תורה'דיגע שמועס און סיפורי צדיקים לבית צאנז, האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן, נאכן באזוך האט האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א באגלייט רבינו שליט''א צום דערנעבענדיגע שטח הבנייה פונעם בנין ביהמ''ד החדש דק''ק באבוב 45, און מכבד געווען רבינו שליט"א צו גיסן דעם אבן הפינה און דער רבי האט געווינטשן הצלחה פארן נייעם ביהמ"ד, און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט באגלייט רבינו שליט"א ביזן קאר.
ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️