בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשי"ט כסלו תשפ"א12/5/2020

באריכט
אין ליכט פון פרישע סטעיט-בריוון צו מערערע מוסדות:

כלל ישראל שרייט אויס מיט אנטשלאסנקייט און וועט קלארשטעלן פאר די רעגירונג:

מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אינעם חינוך הטהור!
"דער חינוך פון אונזערע קינדער געהער בלויז צו אונזערע רבנים און נישט קיין
רעגירונג אגענטורן; מיר וועלן גארנישט טוישן פון 20 יאר צוריק"
די קומענדיגע טעג זענען גאר גורל'דיגע פאר'ן יהדות החרדית אין ניו יארק, נאך
וואס די סטעיט רעגירונג האט געשיקט צו א צאל מוסדות אין ניו יארק סיטי א
"קוועשטענעיר" מיט ארום 100 פראגעס וואס זיי דארפן ענטפערן, וועלכע זוכט
אריינצוקריכן טיף אינעווייניג אינעם הארץ פון די מוסדות הק' מיט'ן ציל צו
עפענען די טיר פאר א פולקאמע רעגירונג אריינמישונג אינעם חינוך הטהור פון
אונזערע טייערע הייליגע קינדערלעך, היל"ת.


דער קלארער שטעלונג פונעם יהדות החרדית: מ'טוישט גארנישט
יהדות ניו יארק שטייט יעצט פאר א קריטישע ווענדפונקט, ווען אין די קומענדיגע
טעג וועט זיך שליסליך ארויסשטעלן דער מהלך וויאזוי עס וועלן צוגיין די
ווייטערדיגע פארהאנדלונגען מיט די רעגירונג, און דאס יהדות החרדית שרייט אויס
בקול חוצב להבות אש: מיר מוזן, און וועלן, קלארשטעלן פאר די רעגירונג אז דער
חינוך הטהור איז אונזער שווארץ אפל פון אויג, און קיינער וועט דערצו נישט
צורירן! אלעס וואס איז גוט געווען ביז היינט וועט אויך זיין גוט פון יעצט און
ווייטער. מיר פארמאגן דעם בעסטן חינוך סיסטעם, און עס איז בכלל נישט נויטיג
קיין שום אריינמישונג פון די רעגירונג.

דער ערליכער היימישער ציבור אין ניו יארק איז נישט גרייט איינצוגיין אויף קיין
שום פשרות. טראץ וואס עס זענען פאראן פרעמדע דרויסנדיגע עלעמענטן וועלכע זוכן
דוקא יא - שוין מערערע יארן - צו נעמען א מהלך פון 'זיך פרובירן דורכצוקומען',
ווערט כסדר אלס קלארער אז דער איבערוויגנדער רוב מנין ורוב בנין פונעם יהדות
ניו יארק און אירע מנהיגים זענען פעלזן פעסט אנטשלאסן קלארצושטעלן פאר די
רעגירונג באלד פון די ערשטע מינוט אז מיר זענען נישט גרייט פאר פארהאנדלונגען,
מיר ווילן נישט הערן פון קיין פשרות, נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן און
אנגיין אויפ'ן זעלבן אופן ווי ביז היינט.


א בליק אויפ'ן 'עבר' - דער ציל פונעם "פעלדער געזעץ": קיין שום טויש אין די
מוסדות!
דורכאויס די שמועסן ארום טעמע איז אויפגעברענגט געווארן אויך דער 'עבר',
וויאזוי מען האט פרובירט צו ראטעווען דעם חינוך דורכ'ן בארימטן "פעלדער געזעץ" וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אינעם ליל שמורים פסח תשע"ח דורך דעם העלדישן
ארטאדאקסישן סענאטאר ר' שמחה פעלדער נ"י, בהדרכתו פונעם שר צבא ה' כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א. יעצט ווען מיר שרייען צו די
רעגירונג אז "מיר גייען גארנישט טוישן", איז דא וואס קוקן צוריק און פרעגן צו
דאס איז עפעס א טויש פון אמאל, זינט יענער געזעץ האט דאך ערהאלטן עטליכע
'סובדזשעקטס', ואם כן האט דאס אפשר געהאט א זייט-ווירקונג אז ס'האט 'געצייגט'
פאר די רעגירונג א גרייטקייט אויף א טויש אין די מוסדות.

אלע עסקנים וועלכע האבן דאס באגלייט – לאנגיעריגע שטילע עסקנים וועלכע האבן
יארן עקספערטיז אין געזעץ – ווייזן אבער אן זייער קלאר, אז אדרבא ואדרבא, די
ערליכע מוסדות האבן דעמאלס פונקט ווי יעצט קיינמאל ח"ו נישט געגעבן קיין
סטעיטמענט אדער ערקלערונג אז "מ'איז גרייט צו 'טוישן' סיי וואס! ס'האט אזא זאך
קיינמאל נישט פאסירט ביי די ערליכע עסקנים. דאס וואס אונזערע
געזעץ-פארשטייער האבן געוואלט אריינלייגן אינעם "געזעץ", איז געווען קלאר
געצילט פאר'ן זעלבן קלארן צוועק אז מ'זאל "גארנישט" משנה זיין אינעם סדר ותוכן
הלימודים! און מ'זאל געזעצליך קענען יוצא זיין בלויז נאר מיט די סאבזשעקטס
וואס מ'האט שוין ממילא געלערנט אין די פריערדיגע יארן - ווי עס איז
איינגעשטעלט געווארן דורך די גדולי ישראל נבג"מ פונעם דור הקודם, ובמיוחד דורך
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם חינוך הטהור דא אין
אמעריקע, ועל פיהם ישק כל דבר - אבער מ'וועט נישט צולייגן גארנישט מער.

ווען יענער געזעץ ווערט ווען פולקאם באשטעטיגט לויט'ן ארגינעלן פלאן וואלט דאס
געווען די ענדגילטיגע ישועה צו באפרייען אלע מוסדות התורה אין ניו יארק פונעם
ערווארטעטן גזירת החינוך, און אפילו די געטוישטע ווערסיע וואלט געקענט גענוצט
ווערן צו ראטעווען יהדות ניו יארק פון אירע רודפים - און איז טאקע דעריבער
יענע טעג באגריסט געווארן דורכ'ן "גאנצן" יהדות החרדית אין ניו יארק, פון אלע
שיכטן און קרייזן, וועלכע האט געזען אין דעם געזעץ א געוואלדיגע דערגרייכונג
און האט אויסגעדרוקט א ווארימען און הארציגן דאנק פאר'ן העלדישן סענאטאר ר'
שמחה נ"י, פאר'ן שטיין פעלזן פעסט על משמר החינוך הטהור.

ליידער זענען אבער דאן געווען געוויסע ליבעראלע עלעמענטן וועלכע האבן אין די
סאמע לעצטע מינוט דורכגעפירט עטליכע שינויים וועלכע האבן היפש פארדרייט דעם
ארגינעלן ציל פונעם פעלדער געזעץ, און ערמעגליכט אז דאס זאל קענען ווערן
אויסגעטייטשט "אויף צוויי וועגן", סיי 'לטב' אז דאס זאל אוועקנעמען די
ביז-דעמאלסדיגע געזעצליכע 'עקוויווילענס' פראבלעם, און סיי 'למוטב' אז דאס
זאל גארנישט אוועקנעמען פון די ארגינעלע געזעץ אז יעדע מוסד דארף זיין חלילה
גלייך צו די פובליק שולעס.

למעשה, טראץ וואס דער געזעץ האט בעצם צוגעשטעלט פאר די סטעיט רעגירונג א וועג
אראפ פון בוים, צו בלייבן שטיין ביי די סאבזשעקטס און נישט דורכפירן די שווערע
און ביטערע גזירה, אבער לדאבונינו איז געווען הרשעים כים נגרש, און די מוסרים
האבן געפינען אן אוזן קשבת ביי די פריערדיגע סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער,
פרוי עליע, און זי האט יא באשלאסן צו נעמען דעם שענדליכן וועג און דורכפירן די
ארגינעלע שווערע און ביטערע גזירה, וואס באדראעט רבבות תשב"ר איבער די לענג
און ברייט פון ניו יארק.

און דא דארף מען אונטערשטרייכן, אז זי האט דאס געטאן טראץ וואס ס'שוין דעמאלס
געווען עטליכע יאר וואס אנדערע האבן פרובירט צו זאגן פאר די רעגירונג - כאילו
בשם געוויסע מוסדות - אז "מיר פארבעסערן זיך, מיר טוישן שוין די ביכער, און
מיר גייען נאך טוישן די שעות וכו'", האט דאס טאקע גארנישט אויפגעטון! נאר
אפשר זאגאר געעפנט דעם טיר אז די קאמישאנאר זאל זען אז ס'דא א שאנס מצליח צו
זיין מיט די ביטערע גזירה. היל"ת.

אבער ווי געזאגט, דאס אלעס איז בלויז אויסצוקלארן די פאקטן פונעם 'עבר' פאר
וועמען דאס איז נוגע. אויף למעשה וואו מען האלט יעצט איז די ארגינעלע גזירה
געווארן דורכגעפירט, און 'על של עתה באו' די אלע גדולי ישראל וועלכע חזר'ן
איבער אונזער קלארע שטעלונג אז מיר מאכן נישט קיינע שינויים.



אויך נאכ'ן דורכפירן די ביטערע גזירה: חלילה צו זאגן אז 'מיר גייען זיך
טוישן'!
אצינד ווען מ'שטייט אין א שעת מלחמה, מוז דאס יהדות החרדית פארזעצן ווייטער
ארויסצושטעלן א פאראייניגטן פראנט און דערקלערן מיט פאטאס און א קלארע
אומצוויידייטליכע שטימע: קיין שום פשרות וועלן נישט ווערן איינגעשטעלט, און די
צענדליגער טויזנטער חרדי'שע עלטערן וועלן נישט ערלויבן די רעגירונג
אריינצורעדן און איינטיילן דעם חינוך פון אונזערע קינדער!

די גדולי ישראל שטייען זייער פעסט מיט זייער מהלך, אז צו זאגן פאר די
רעגירונג "מיר טוישן זיך, מיר גייען זיך טוישן נאכמער" איז א שרעקליכע טעות,
און דער פאראייניגטער מהלך וועט זיין בלויז איינס: די מוסדות טוישן גארנישט!
מיר האבן קיינמאל נישט מסכים געווען צו טוישן אונזער סטאטוס, און מיר גייען
ווייטער גארנישט טוישן. אונזער חינוך איז דאס בעסטע וואס ס'קען זיין, די
אומה"ע קענען זיך קומען ביי אונז לערנען... נישט ח"ו פארקערט!

מ'האט שוין געזען פאריאר אז ווען דאס יהדות החרדית האט געוויזן א פעלזן פעסטן
פאראייניגטן פראנט און באוויזן צו עררייכן אן אומגלויבליכע 140,000 פעטיציעס
קעגן די פריערדיגע ווערסיע פון דעם שענדליכן געזעץ, האט די רעגירונג זיך
געבראכן, און אצינד ליגט אויף אונז א פליכט צו ווייזן ווייטער שטארקייט און
אומבאויגזאמקייט. ובזכות פון זיך האלטן געטריי צו דרכי אבותינו ורבותינו, און
מיט א פאראייניגטן כח הרבים, וועלן מיר זוכה זיין בשם ה' נעשה ונצליח, וכל כלי
יוצר עליך לא יוצלח!