בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ז כסלו תשפ"א12/3/2020

באריכטפון: Moishy M
באקומען פין איינעם
די פאקטן איבער די פעלדער געזעץ

די אלטע געזעץ האט טאקע נישט ארויסגעשריבן וועלכע און וויפיל לימודי חול יעדע מוסד דארף לערנען, ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט!
די געזעץ האט קלאר ארויסגעשריבן אז די לימודים אין די מוסדות דארפן זיין 'סובסטענשעלי עקוויווילענט', אין אידיש ווערט דאס איבערגעטייטשט צו 'מער ווייניגער די זעלבע' אדער 'גאר ענליך' צו די לימודים אין די פובליק שולעס.

פאר יארן לאנג האט די רעגירונג אוועקגעקוקט אויפן פאקט אז די לימודים ווערן נישט געלערנט, און די מוסדות האבן געלערנט נאר די מינימאלע ווי רביה"ק האט אונז געלערנט.

אבער, ליידער איז מקוים געווארן דעם 'ורדו בכם שנאיכם, מכם ובכם' און די רעגירונג האט אנגעהויבן באקומען קלאגעס אויף 28 מוסדות מ'כלומר'שט אין נאמען פון די עלטערן וואס האבן קינדער אין די מוסדות אז עס ווערן נישט געלערנט די אלע לימודים וואס ווערן פארלאנגט לויטן געזעץ.
נאכן באקומען די קלאגעס האט די רעגירונג מער נישט געקענט אוועקקוקן, און האט זיך געמוזט נעמען אויף די מוסדות התורה, און זיי פארהאלטן פארוואס זיי קומען נישט נאך די געזעץ צו לערנען די אלע לימודים.
יעצט איז אויסגעקומען אזוי:
1) די געזעץ פארלאנגט מען זאל לערנען 'מער ווייניגער' די זעלבע לימודי ווי די פובליק שולעס.
2) די אטאריטעט דערויף איז די עדיוקעישאן דעפט.
די עסקנים זענען פארשטייט זיך געווארן אויפגעשוידערט פון די נייע גזירות אויף די חינוך פון אונזערע קינדער, אבער נאך א קורצע שמועס מיט אדוואקאטן איז קלאר געווארן אז די רעגירונג האט די געזעצליכע מאכט צו פארלאנגען די אלע לימודים, און די עסקנים זענען געווען אובד עצות.
דא איז אריינגעקומען די 'פעלדער אמענדמענט' וואס דאס האט אוועקגעשטעלט אז ביי די היימישע מוסדות זאל מען נישט קוקן אויב די 'לימודים' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט' נאר אויב די 'תוצאות' זענען 'סובסטענשעלי עקוויווילענט'. דהיינו:
1) מען זאל קוקן אויב פון די גאנצע לערן פראגראם צוזאמען (אידיש און ענגליש) קומען די תלמידים ארויס מיט א נארמאלע שכל הישר צו מאכן ראציאנאלע באשלוסן (קריטיקעל טינקינג), וואס דאס שטעלט די גמרא צו, און עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך לימודי חול.
2) עס לערנט ליינען ענגליש.
3) עס לערנט רעכענען.
4) עס לערנט היסטאריע.
5) סייענס.
ביי ישיבות קטנות פארלאנגט עס אז מען זאל קוקן אויב זיי שטעלן צו א 'בעיסיק עדיוקעישאן'.
די אריגינעלע לשון פון די געזעץ האט פארלאנגט נאך צוויי זאכן וואס זענען ליידער נישט געלונגען,
1) מען זאל נישט קענען פארלאנגען פון די מוסדות התורה צו לערנען מער לימודים (וואס אין די פאקטישע געזעץ איז אריינגעשטופט געווארן די ווערטער 'באט נאט לימיטעד טו' [אבער נישט געצוימט צו (די לימודים) ד.ה. די רעגירונג 'מעג' פארלאנגען מער]
2) מען האט געוואלט גרינדן אן עקסטערע קערפערשאפט וואס זאל פארפיגן אויף די מוסדות התורה און עס זאל נישט ליגן אין די הענט פון די עדיוקעישאן דעפט. [למעשה איז עס געטוישט געווארן אז עס בלייבט ביים עדיוקעישאן דעפט.]
יעצט לאמיר זען די בעל החלומות'ס טענות.
1) די געזעץ זאגט וואס מ'דארף לערנען: עס פלעגט אלעמאל זאגן (נישט אזוי קלאר ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט, עס האט פארלאנגט פונקט ווי די פובליק שולעס און שוין, עס האט נישט אויסגעפעלט ארויסצושרייבן אלע פרטים)
2) היינו הך
3) עס גיט די מאכט פאר די קאמישינער: זי האט עס אלעמאל געהאט.
4) עס זאגט אז זיי זענען נישט באגרעניצט צו פארלאנגען בלויז די לימודים: זיי זענען קיינמאל נישט געווען באגרעניצט.
5) היינו נומער 3
אבער אז איר וועט קוקן וועט איר זען אז מיט טענה נומער 4 איז ער זיך סותר מיט טענה נומער 1, ווייל עס שטייט אין די געזעץ א זי איז נישט פארפליכטעט זיך צו רעכענען נאר מיט די לימודים נאר 'זי קען אויך פארלאנגען אלעס וואס ווערט פארלאנגט דורכ'ן אלגעמיינעם געזעץ!!!' (די פעלדער געזעץ איז נישט א געזעץ בפני עצמו, עס איז א צוגאב צום אלגעמיינעם חינוך געזעץ און עס זאגט אז די מוסדות התורה דארפן נישט לערנען אלעס וואס די אלגעמיינע געזעץ פארלאנגט [וואס ביז איצט איז דאס יא פארלאנגט געווארן לויט'ן געזעץ] און די צוגעלייגטע ווערטער האבן געזאגט אז מען מעג אויך מחייב זיין די מוסדות צו לערנען דאס וואס איז פארלאנגט לויט'ן אלגעמיינעם געזעץ [וואס דאס איז פונקט ווי ביז יעצט])
אין קורצן קומט אויס אזוי: די געזעץ פארלאנגט 'ווייניגער' פון די מוסדות ווי ביז יעצט, און עס לייגט צו אז אויב די רעגירונג וויל קען זי פארלאנגען 'מער' ווי די פעלדער געזעץ און 'צולייגן' אויך די 'ביז יעצטיגע געזעץ', קומט אויס אז מען האט אראפגענומען רוב פונעם ביז איצטיגן געזעץ און געגעבן די מעגליכקייט פאר די רעגירונג צוריקצוקומען צום ביז יעצטיגן געזעץ, מען האט אבער נישט צוגעגעבן קיין שום מאכט אדער
לימודים.
איך וואלט ווען געקענט אנהייבן די מעסידש מיט א קעפל: שוידער! ראו וכו' וכו' וכו', אבער היות עס איז ניכרין דברי אמת פעלט נישט אויס צוצולייגן דראמא אזויווי די וואס פראבירן צו פארקויפן לאקשן צוזאמען מיט'ן וואשינגטאן בריק, וואס זיי מוזן שרייבן דראמאטישע ווערטער צו פארטושן די מוחות מען זאל נישט כאפן וואס פארא שטותים זיי שרייבן, ווייל אנדערש האבן זיי נישט קיין שאנסן אז די עולם זאל קויפן זייערע לאקשן קעגן די קלארע מציאות.
יעצט, די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי צולאזט איז ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי זענען ממה נפשך'דיגע געווינערס, אויב ווער מהר"א מיטשטיין מיט זיי אין די מערכה איז דאך גוט, און אויב ער וועט נישט מיטשטיין וועט מען אים צולייגן צום לאנגן ליסטע פון 'אנטי פיפעל' און מען וועט אום באשמוצן און אראפרייסן פארן זיך צושטעלן צו די סיקריקים [הגם וואס אין דעם חלק זענען זיי בעצם עקספיריענסד, און אונז דארף מיר זיי פארשטיין, ווייל זיי עסן נאך יעצט די שיריים פון מיטשטיין מיט די סיקריקים ביי, גיוס, טעכנעלאגיע, עירוב, מצות, פלייש, וכו', ווייל זיי ווייסן נישט פון קיין מיטלוועג, אויב די שטיינמאניסטן זאגן אז ס'נישטא קיין זכר פון גיוס, שרייען זיי אז מ'כאפט מענטשן אין די גאסן, הגם די מציאות איז נישט אזוי און נישט אזוי, אויב עס איז דא א פראבלעם מיט טעכנאלאגיע, האלטן זיי אז ס'נישט דא קיין ברירה חוץ גיין צום כינוס כל ישראל, אפגעזען פון די פראבלעמען, א.א.וו.] ממילא ווען מהר"א האט גענומען די מהלך וואס גייט מיט'ן מציאות, נישט עקסטרעם רעכט אדער לינק, זענען זיי ארויסגעשפרינגען פון די הויט.
אבער מיט די ארויסשפרינגען פון די הויט האבן זיי אפגענויגט פון די געווענליכע כלל פאר א ליגנער, דהיינו: ער דארף האבן א גוטן זיכרון, זיי האבן פארגעסן וויאזוי זיי האבן מסביר געווען מיט א פרישקייט אז די וואס טענה'ן אז די רבנים אדער עסקנים מיינען נישט אידישקייט זענען צודרייט אינגאנצן, זיי האבן אפילו ארויסגעגעבן א גאנצע פורים ביכל דאס אויפצו-ווייזן (ווי זיי האבן נישט געקענט שרייבן וואס קאממאן קאור איז יא, נאר וואס נישט...)
סתם צו-צוענדיגן, זיי שרייבן דארט אינעם ביכל אז 'קיין איין גוי'אישע סטאנדערט טויג נישט' און אז 'מען האט קיינמאל נישט געקוקט אויף וועלכע סטאנדערט די ביכל איז געשריבן', נו, אויב אזוי על מה יצא הקצף? פארוואס דארף גאנץ כלל ישראל אריינגעשלכפט ווערן אין א סומעטאכע איבער די ביכער אויב עס גייט קיינע נישט אן? לאמיר שוין זאגן אז עס איז נישט כפירה, נו, אויב עטליכע ליידיג-גייער האבן באשלאסן אז עס איז כפירה טויש ביכער, עס איז דאך נישט קיין שום חילוק אויף וועלכע סטאנדארט מען רערנט, נישט אזוי? פארוואס ווען א גדול בישראל קומט ארויס קעגן קאממאן קאור קומט עטס ארויס קעגן אים? עס איז דאך נישט קיין שום חילוק, און נאכמער! איר טענה'ט דארט אינעם ביכל אז די ביכער פון היינט זענען פונקט ווי די ביכער פון ביז יעצט, נו, דאס האט דאך מהר"א געזאגט אז מען וועט נישט טוישן!!!