בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday29 Iyar 57825/30/2022

Report
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' אליעזר שאול הכהן ברא"י גלאנצער ע"ה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יקותיאל אהרן רובין הי''ו.
ב"ר יושע בודק הי''ו.
ב"ר יוסף גאלדבערגער הי''ו.
ב"ר איתמר טובי' ווידער הי''ו.
ב"ר יודא מיטטעלמאן הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 1:00 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' דוד אלי' קטינא הי''ו - הר"ר יקותיאל צבי לעווי שליט''א.
ר' נתן מאיר ליכטענשטיין הי''ו - ר' יוסף קאהן הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️