בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"א אייר תשפ"ב5/12/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף זרע קודש, בהנהלת הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א, וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ראפשיץ. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא פאלקאוויטש הי''ו.

דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יודהל"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, דערנאך האט מען געזונגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה און דערנאך עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים און פארן בעל אכסניא של תורה פון די ישיבה הרה''צ ר' אלחנן האראוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ראפשיץ.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף א באזוך בבית הרה''צ ר' אלחנן שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויפן צווייטן שטאק נעבן די עזרת נשים, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות המזוזה פאר די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע פילצאליגע אפטיילונגען, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך געדאווענט מנחה. נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו פרעזידענט דקהלתינו הק' ווי ער האט פארגעלייגט די פלענער אויף ווייטער להרחיב ולפאר הביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שריים פאר די גבאי ועסקני ביהמ''ד הגדול, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די ראשי קהלה און ארומגערעדט בחשיבות פון די עסקני קהלתינו הק'. דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן צענטראלן אפיס פון קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע אפטיילונגען, צווישן אנדערע דער מפעל קביעות עיתים, וועד הכשרות, מפעל בית נאמן, און נאך,
מען האט געענדיגט ארום 9:00.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א מחותנו הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א מטרעבישאן, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים.
ר' יואל בר"י מיטעלמאן הי''ו - ר' יודל פריעדמאן הי''ו.
ר' יואל בר"ה כ"ץ הי''ו - ר' שלמה לייב גליק הי''ו.

ארום 10:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 933